אונדזער נײַ בוך פֿון בערעגאָווסקי – אַרויס און צוטריטלעך אָנלײַן

ד״ר מאַרק זילבערקוויט מיטן נײַעם בערעגאָווסקי־בוך
"מוזיקאַ", איינער פֿון דער גרעסטע, עלטסטע און חשובֿסטע מוזיקאַלישע פֿאַרלאַגן אין דער וועלט, האָט אַרויסגעגעבן אין מאָסקווע אונדזער נײַ צוויי־שפּראַכיק ייִדיש־רוסיש וויסנשאַפֿטלעך בוך "עטיודן צו דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער טאָנאַלער פֿאָלקס־קונסט" פֿון משה בערעגאָווסקי. דער דירעקטאָר פֿונעם פֿאַרלאַג, ד״ר מאַרק זילבערקוויט, איז דער גרינדער פֿון אונדזער וועבזײַט און פֿונעם ייִדיש־פֿאָנד Heritage Projects Foundation. די מחברים פֿונעם בוך זענען אונדזערע נאָענטע קאָלעגן; די פּובליקאַציע איז אַ גרויסער רעזולטאַט פֿון אונדזער טעטיקייט. די פֿאַרלעגער באַדאַנקען דעם אַקאַדעמיקער גריגאָרי רויטבערג פֿאַר זײַן גרויסער נדבֿה.
דאָס בוך איז באַגרינדעט אויפֿן פֿריִער ניט פּובליקירטן מאַשין־געשריבענעם בערעגאָווסקיס כּתבֿ־יד, וועלכן מיר האָבן אויפֿגעדעקט מיט עטלעכע יאָר צוריק. דער פֿולער טעקסט דערפֿון איז אײַנגעשלאָסן אין דער אויסגאַבע, רעדאַגירט לויטן ייִוואָ־סטאַנדאַרט דורך יעלענע סאַראַשעווסקאַיאַ, דער הויפּט־רעדאַקטאָרין פֿון דער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן", און יואל מאַטוועיעוו, דעם הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון אָט דעם וועב־פּאָרטאַל. אַלס אינטעגראַלער חלק פֿון דער אויסגאַבע, זענען די אָריגינעלע זײַטלעך פֿון דער האַנטשריפֿט אַרויסגעשטעלט געוואָרן אין אונדזער אינטערנעץ־ביבליאָטעק. דאָס בוך גופֿא איז אויך צוטריטלעך בײַ אונדז אין אַן עלעקטראָנישער פֿאָרעם – רק פֿאַר פּריוואַטן באַנוץ.
יעווגעניאַ כאַזדאַן, אַ באַקאַנטע פּעטערבורגער מוזיקאָלאָגין, און יואל מאַטוועיעוו פּרעזענטירט זייער קאָמענטירטע איבערזעצונג פֿונעם מאַנוסקריפּט, באַגלייט מיט כאַזדאַנס און גאַלינאַ קאָפּיטאָוואַס פּרטימדיקן מוזיקאָלאָגישן און היסטאָרישן אַנאַליז. קאָפּיטאָוואַ איז אַ באַוווּסטע פֿאָרשערין בײַם רוסלענדישן מוזיי פֿון קונסט־געשיכטע, וווּ דער כּתבֿ־יד פֿון בערעגאָווסקי איז אַנטדעקט געוואָרן.
דאָס בוך פֿירט דעם לייענער אײַן אין דער וועלט פֿון ייִדישער פֿאָלק־מוזיק, אָנהייבנדיק פֿון מיטל־עלטער. עס אַנטפּלעקט אויך אויף אַן אוניקאַלן אופֿן די אַטמאָספֿער פֿון סאָוועטישע ייִדיש־שטודיעס. משה בערעגאָווסי בלײַבט ביז הײַנט דער גרעסטער פֿאָרשער פֿונעם ייִדישן זינגליד־פֿאָלקלאָר. אין די פֿינצטערע צײַטן פֿונעם נאָכמלחמהדיקן סטאַלינישן ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט ער געמוזט בײַקומען זייער ספּעציפֿישע שוועריקייטן.
מיר דערמאָנען אונדזערע לייענער, אַז אויף אונדזער וועבזײַט איז פֿאַראַן אַ גאַנצער אוצר מאַטעריאַלן, פֿאַרבונדן מיט בערעגאָסווקי, אַרײַנגערעכנט יעווגעניאַ כאַזדאַנס ביאָביבליאָגראַפֿישן מפֿתּח, וואָס דער זעלבער פֿאַרלאַג, "מוזיקאַ", האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין 2023. דאָס איז געווען אַן אַנדער וויכטיקער רעזולטאַט פֿון אונדזער ייִדיש־טעטיקייט.
