נײַע אויסשטעלונג: Emes Truth

אינעם מוזיי אויפֿן נאָמען פֿון בערנאַרד העלער בײַם ניו־יאָרקער "העברעיִשן פֿאַראיין־קאָלעדזש" ("היברו יוניאָן קאָלעדזש") עפֿנט זיך אַ נײַע אויסשטעלונג פֿון דער "געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש־קונסט" (Yiddish Arts Community), מיטן נאָמען Emes Truth. אין דער עפֿענונג־אונטערנעמונג, וואָס וועט פֿאָרקומען דעם 17טן דעצעמבער 2024, 5 אַזייגער נאָכמיטאָג, וועלן אויפֿטרעטן די מוזיקער שׂרה מאירסאָן און איליאַ שנייווײַס. די קוראַטאָרן זענען די קינסטלער יעווגעני פֿיקס און דבֿורה אוגאָרעץ; די באַטייליקטע קונסט־שאַפֿער זענען דניאל אַלחסיד, יוליאַ לאַנינאַ, דעבי שאָר, מרים שטערן און סילוויאַ וואַגענסבערג.

די אויסשטעלונג איז אַ פּרעלודיע צום קומענדיקן ניו־יאָרקער ייִדיש־פֿעסטיוואַל. איר נאָמען דערמאָנט אין דעם, וואָס דאָס וואָרט "אמת" איז לויט דער סאָוועטישן אָרטאָגראַפֿיע "עמעס", און אין אַ טייל חסידישע ביכער דווקא מיט נקודות – "אֱמֶת". די קינסטלער וועלן פֿאָרלייגן זייערע אייגענע פֿאַרשיידנאַרטיקע "אָרטאָגראַפֿיעס" פֿון מענטשלעכע באַגריפֿן און לעבנס־דערפֿאַרונג. דער אַרײַנטריט אויף דער עפֿענונג־פּראָגראַם וועט זײַן פֿרײַ, נאָר מע מוז זיך קודם פֿאַרשרײַבן אָנלײַן.