יובל בן יעקב: נפל בקרב
דעם 7טן אָקטאָבער, 2023, איז דער 21־יאָריקער ישׂראלדיקער שטאַב־סערזשאַנט יובֿל בן־יעקבֿ אומגעקומען אין שלאַכט קעגן די כאַמאַסניקעס, וועלכע האָבן פּלוצעם אַטאַקירט ישׂראל.
דער פֿאָטער פֿונעם דערהרגעטן מיליטער־מאַן, ד״ר חיים בן־יעקבֿ, איז דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿונעם "אייראָ־אַזיאַטישן ייִדישן קאָנגרעס". ער איז אַ נאָענטער פֿרײַנד און שטיצער פֿון אונדזער פּראָיעקט, וועלכער האָט אונדז ממשדיק געהאָלפֿן און געשפּילט אַ שליסל־ראָלע אינעם אויפֿשטעלן דעם דענקמאָל לכּבֿוד שלום־עליכמען אויפֿן שטח פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט.
מיר דריקן אויס אונדזערע מיטגעפֿילן אַלע נאָענטע און פֿרײַנד פֿון יובֿל בן־יעקבֿ.