חיים נחמן ביאליק
על חיים נחמן ביאליק, מאת וועלוול טשערנין (ברוסית)
דער פּאָעט חיים־נחמן ביאַליק איז צום בעסטן באַקאַנט ווי אַ קלאַסיקער פֿון דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור און ווי איר סימבאָל – פּונקט אַזוי, ווי שלום־עליכם איז געוואָרן אַ סימבאָל פֿון דער ייִדיש־ליטעראַטור. פֿונדעסטוועגן, האָט ביאַליק, אַחוץ העברעיִש, אויך געשריבן אויף ייִדיש. אַגבֿ, פֿאַרקערט, האָט שלום־עליכם אויך געשריבן אויף העברעיִש, הגם זעלטן.
ביאַליקס ייִדישע ווערק זענען אַ וויכטיקער שטאַפּל איז דער אַלגעמיינער אַנטוויקלונג פֿון דער פּאָעזיע אויף ייִדיש. זײַן ערשט ייִדיש ליד איז געווען “אויפֿן הויכן באַרג”, פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער קראָקעווער ציוניסטישער וועכנטלעכער צײַטונג “דער יוד” אין אלול תּרנ״ט (אויגוסט 1899). דערנאָך, זענען זײַנע ייִדיש־לידער כּסדר דערשינען אין פֿאַרשיידענע פּעריאָדישע אויסגאַבעס, דער עיקר אין דער זעלבער “דער יוד” און אין דער פּאָפּולערער פּעטערבורגער צײַטונג “דער פֿרײַנד”.
ניט לאַנג פֿאַר דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ פֿון 1908, ווען עס האָט זיך צעפֿלאַקערט דער קאָנפֿליקט צווישן די ייִדישיסטן און העברעיִסטן, האָט די רעדאַקציע פֿון “דער פֿרײַנד” פֿאַרנומען אַן איינשטימיקע ייִדישיסטישע פּאָזיציע (די, וואָס קענען רוסיש, קאָנען נאָכפֿאָלגן דעם לינק אויף אונדזער וועבזײַט און געווויר ווערן, וואָס ס׳געשען ווײַטער, אין וועלוול טשערנינס לאַנגן עסיי וועגן ביאַליקן).
ווען חיים־נחמן ביאַליק האָט נאָך געלעבט, זענען אַרויס פֿיר זײַנע לידער־זאַמלונגען:
1. פֿון צער און צאָרן (1906).
2. פּאָעזיע (1913).
3. לידער (1918).
4. שירים (1922).