וועגן דעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד"

דער לעגענדאַרער "סאָוועטיש היימלאַנד" איז געווען אַ סאָוועטישער ליטעראַריש־קינסטלערישער זשורנאַל, וואָס דער שרײַבער־פֿאַראיין פֿונעם ראַטנפֿאַרבאַנד האָט אָפֿיציעל אַרויסגעגעבן אין מאָסקווע פֿון 1961 ביז 1991. דאָס איז געווען דער איינציקער ייִדישער זשורנאַל אינעם לאַנד נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז ער פֿאַרמאַכט געוואָרן, נאָר זיך ווידער געעפֿנט אויף אַ ווײַל פֿון 1993 אונטערן נאָמען "די ייִדישע גאַס" ביז 1999, ווען ס׳איז ניפֿטר געוואָרן זײַן שטענדיקער רעדאַקטאָר, אַהרן ווערגעליס. צוליב אַ ריי היסטאָרישע סיבות, האָט די אויסגאַבע געשפּילט, און אַ דאַנק איר אוניקאַלער קולטורעלער ירושה, שפּילט ביז הײַנט אַ שליסל־ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור.

נאָך דער ליקווידאַציע פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט אין 1948 און דער הינריכטונג פֿון זײַנע מיטגלידער דעם 12טן אויגוסט 1952, נאָכן פֿאַרמאַכן דעם מאָסקווער גאָסעט און די לעצטע ייִדישע שולן אינעם לאַנד, געזען די רעשטלעך פֿון דער אָפֿיציעלער סאָוועטישער ייִדישקייט געבליבן נאָר אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט – דער עיקר, אין דער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן", וועלכע איז אַלעמאָל אַרויס זינט איר גרינדונג אין 1930. כּמעט אַ יאָרצענדליק איז פֿאַרלאָפֿן, ביז דעם ייִדישן שרײַבער, דיכטער, פּובליציסט און כּלל־טוער אַהרן ווערגעליס האָט זיך אײַנגעגעבן דורכצוברעכן די "הויכע פֿענצטער" פֿון דער סאָוועטישער פֿירערשאַפֿט און צו שאַפֿן אַ נײַעם זשורנאַל אויף ייִדיש.

אינעם סאַמע ערשטן נומער פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד" האָט ווערגעליס, וועלכער איז געוואָרן דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער נײַער אויסגאַבע, צוגעזאָגט, אַז דער זשורנאַל וועט "אויף אַ הויכן קינסטלערישן ניוואָ אָפּשפּיגלען די וויכטיקסטע פּראָבלעמען פֿון אונדזער צײַט". הגם דער נאָמען, וואָס מע האָט אויסגעקליבן פֿאַר דער נײַער אויסגאַבע, קלינגט פּראָפּאַגאַנדיסטיש, שטרײַכט ער אונטער דאָס המשכדיקע שײַכות מיט צוויי פֿריִערע מאָסקווער ייִדישע זשורנאַלן: דעם פֿאַרמלחמהדיקן אַלמאַנאַך "סאָוועטיש" און "היימלאַנד", וועלכער האָט ניט לאַנג עקזיסטירט נאָך דער מלחמה. די ערשטע יאָרן איז "סאָוועטיש היימלאַנד" אַרויס יעדע צוויי חדשים, און זינד יאַנואַר 1965 – יעדן חודש.

ווערגעליס האָט געהאַלטן זײַן וואָרט. ניט געקוקט אויף דער צענזור און דעם פֿאַקט, וואָס נאָך דער מחלמה איז די צאָל ייִדיש־לייענער געוואָרן אַ סך קלענער, איז דער זשורנאַל, כּל־זמן זי האָט עקזיסטירט, געבליבן איינע פֿון די בעסטע פּעריאָדישע אויסגאַבעס אינען גאַנצן לאַנד. דאָס איכות אי פֿונעם ליטעראַרישן תּוכן, אי פֿונעם קינסטלערישן אָפּטייל, איז געווען גאָר הויך. אַחוץ פּראָזע, פּאָעזיע און ליטעראַטור־קריטיק, זענען אין "סאָוועטיש היימלאַנד" דערשינען אוניקאַלע אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען אינעם געביט פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און געשיכטע, שפּראַך, ליטעראַטור, אאַז״וו. די מוזיקאַליזע סעקציע "לאָמיר זינגען נײַע לידער" האָט אַנטהאַלטן נאָטן פֿאַר ייִדישע לידער פֿון גרויסע קאָמפּאָזיטאָרן. די לייענער האָבן אַפֿילו געהאַט די געלעגנהייט צו באַקענען זיך מיט פֿאַרשיידענע ספֿרים (אין ייִדישער איבערזעצונג פֿון לשון־קודש און אַמאַריש). פֿאַר אַ ניט־ספּעציאַליזירטער סאָוועטישער אויסגאַבע איז דאָס געווען גאָר אַ זעלטן יקר־המציאות.

דער זשורנאַל איז אויך געווען באַקאַנט ווי אַ קוואַל פֿון קאָליריקע זײַטלעך מיט די ווערק פֿון באַרימטע קינסטלער. סאָפֿיע טשערניאַק (1904 – 2022), אַ לאַנג־יאָריקע מיטגלידערין פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע און אַ וויכטיקע פֿאָרשערין פֿון ייִדישער קונסט, האָט אָפּגעקליבן די אילוסטראַציעס. זי האָט אײַנגעפֿירט אַ ריי מאָלער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, וועלכער האָט זיך ניט אײַנגעפּאַסט אין די "אָפֿיציעלע" ראַמען פֿון דער סאָוועטישער צענזור. אַגבֿ, "סאָוועטיש היימלאַנד" איז געווען דער ערשטער זשורנאַל אינעם ראַטנפֿאַרבאַנד, וווּ עס זענען אין 1968 דערשינען די שאַפֿונגען פֿון מאַרק שאַגאַל.

די רעדאַקציע פֿונעם זשורנאַל האָט געזאַמלט ביאָ־ביבליאָגראַפֿישע מאַטעריאַלן וועגן ייִדישע שרײַבער, געשאַפֿן אַן אייגענע גרויסע ביבליאָטעק פֿון ייִדישע ביכער, פֿאָרש־ און אַרכיוו־דאָקומענטן. אַזוי אַרום איז "סאָוועטיש היימלאַנד" געוואָרן אַ וועלט־גרויסער צענטער פֿאַר ייִדישער ליטעראַטור־אַנטוויקלונג, וואָס האָט סטימולירט די ליטעראַרישע שעפֿערישקייט אויף ייִדיש און די שטודיעס פֿון ייִדישע קלאַסיקער – אַרײַנגערעכנט די, וואָס זענען געפֿאַלן קרבנות פֿון סטאַלינס רעפּרעסיעס. אין דער רעדאַקציע זענען כּסדר פֿאָרגעקומען קאָנפֿערענצן אויף ייִדישע טעמעס, מוזיקאַלישע און ליטעראַרישע אָוונטן, קונסט־אויסשטעלונגען און אַנדערע קולטורעלע אונטערנעמונגען (פֿאַרשטייט זיך, שטרענג אין די ראַמען פֿון דער סאָוועטישער אידעאָלאָגיע).

אין דער רעדאַקציע־קאָלעגיע פֿונעם זשורנאַל זענען געווען אַזעלכע גרויסע פֿיגורן, ווי דער אויסגעצייכנטער ראָמאַניסט, דער "ייִדישער שאָלאָכאָוו" נטע לוריע, די דיכטער הירש אָשעראָוויטש, משה טייף, אַבֿרהם גאָנטאַר, חיים ביידער און אַנדערע. די פֿולע רשימה פֿון הונדערטער מחברים, וועמענס ווערק זענען דערשינען אויף די זײַטלעך פֿון "סאָוועטישע היימלאַנד", וואָלט געווען צו גרויס פֿאַרן דאָזיקן אַרײַנפֿיר־אַרטיקל. צווישן זיי זענען געווען פֿאַקטיש אַלע באַוווּסטע סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער, ווי אויך אַ ממשותדיקע צאָל אויסלענדישע מחברים. גאַנץ אינטערעסאַנט זענען אויך די פֿילצאָליקע איבערזעצונגען פֿון פּראָזע און דיכטונג פֿון פֿאַרשיידענע שפּראַכן אויף ייִדיש.

אָנהייבנדיק פֿון די 1980ער יאָרן, האָט "סאָוועטיש היימלאַנד" אויך פּובליקירט אַ ריי בײַלאַגעס: בראָשורן מיט ייִדיש־לימודים, לידער פֿון יונגע פּאָעטן, אַ קליין ווערטערביכל און אַנדערע בילדונג־מאַטעריאַלן. דער גרויסער "רוסיש־ייִדישער ווערטערבוך" פֿון 1984 האָט אויך באַקומען אַ דירעקטע שטיצע פֿון דער זשורנאַל־רעדאַקציע, אַרײַנגערעכנט ווערגעליס אַליין.

צום 20־יאָריקן יובליי פֿונעם זשורנאַל, אין 1981, האָט דער סאָוועטישער שרײַבער־פֿאַראיין באַשלאָסן צונויפֿצוקלײַבן אַ ייִדישע גרופּע, בראָש מיט ווערגעליסן, אויף די העכערע ליטעראַרישע קורסן בײַם ליטעראַטור־אינסטיטוט אויפֿן נאָמען פֿון מאַקסים גאָרקי. דאָס איז געווען די איינציקע בילדונג־פּראָגראַם נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, וואָס האָט געגרייט יונגע ייִדישע שרײַבער.

דרײַ פֿון די פֿינף באַטייליקטע אין דער ערשטער גרופּע זענען שפּעטער געוואָרן וועלט־באַקאַנט: באָריס סאַנדלער, לעוו בערינסקי און וועלוול טשערנין. אין 1998 איז סאַנדלער געוואָרן דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער עלטסטער ייִדישער צײַטונג אין דער וועלט – דעם ניו־יאָרקער "פֿאָרווערטס". אַ דאַנק זײַן טעטיקייט, האָט די צײַטונג אײַנגעזאַפּט אַ סך סטיליסטישע און זשאַנער־טראַדיציעס, וואָס שטאַמען פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד", כּסדר פּובליקירט ווערק פֿון זײַנע געוועזענע מיטאַרבעטער און קאָרעספּאָנדענטן. זינט 2017 פֿירט סאַנדער אָן מיטן אינטערנעץ־זשורנאַל "ייִדיש בראַנזשע".

אין 2018 האָבן וועלוול טשערנין און מיכאל פֿעלזענבאַום (וועלכער האָט אויך דעביוטירט אין "סאָוועטיש היימלאַנד") געגרינדעט דעם ליטעראַרישן קוואַרטאַלניק "ייִדישלאַנד", וואָס ווערט פּובליקירט מיט צוויי פּאַראַלעלע טיראַזשן אין ארץ־ישׂראל און שוועדן. עס באַקומט זיך, אַז ווערגעליסעס "יונגוואַרג", אַזוי ווי ער האָט געחלומט, שפּילט נאָך הײַנט זייער אַ וויכטיקע אינטערנאַציאָנאַלע ראָלע אין ייִדיש־קולטור, אַרײַנגערעכנט די הײַנטצײַטיקע ליטעראַרישע פּעריאָדיק. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט אַהרן ווערגעליסעס אַלמנה, יעווגעניאַ קאַטאַיעוואַ, איבערגעגעבן במתּנה זײַנע פּערזענלעכע קאָלעקציע פֿון ביכער און דאָקומענטן דעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי און טאָלעראַנץ־צענטער, און די אַרכיוון פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד" זענען איבערגעגעבן געוואָרן דעם רוסלענדישן ייִדישן פֿאַרלאַג "קניזשניקי", וועלכער איז פֿעסט אַסאָציִיִרט מיטן דאָזיקן מוזיי.

די דיגיטאַליזאַציע פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד" ווערט פֿאַרווירקלעכט דורך צוויי פֿונדאַציעס: Heritage Project Foundation (פֿש״אַ) און Yiddish Culture Preservation Foundation (ישׂראל), נאָך דער איניציאַטיוו פֿון ד״ר מאַרק זילבערקוויט – דער גרינדער פֿון ביידע פֿאָנדן. אַ שותּף אינעם פּראָיעקט איז דער פֿאַרלאַג "קניזשניקי". די פֿינאַנציעלע שטיצע קומט פֿונעם אַקאַדעמיקער גריגאָרי רויטבערג – דער פֿאָרזיצער פֿונעם שטיצע־קאָמיטעט בײַם רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס.

מיר פּלאַנירן צו דיגיטאַליזירן און אַרויסשטעלן אין דער אינטערנעץ אַלע נומערן פֿונעם זשורנאַל אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם יאָר 2024. די איניציאַטיוו איז אַ טייל פֿונעם אַלגעמיינעם פּראָיעקט פֿאַרן אָפּהיטן די ירושה פֿון ייִדיש־קולטור, וואָס די צוויי אויבן־דערמאָנטע פֿונדאַציעס פֿירן דורך. אַלע שײַכותדיקע מאַטעריאַלן וועלן פּובליקירט ווערן אויף אָט דער וועבזײַט און אַנדערע אָפֿיציעל אַסאָציִיִרטע מיט אונדז אָנלײַן־רעסורסן.