וועבזײַט־נײַעס: רעקאָרדירונגען פֿון נחמה ליפֿשיץ
דעם 17-18טן סעפּטעמבער איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען דער דריטער אינטערנאַציאָנאַלער וואָקאַלער קאָנקורס אויפֿן נאָמען פֿון נחמה ליפֿשיץ – די באַרימטע זינגערין פֿון ייִדישע לידער, וואָס בײַ איר לעבן פֿלעגט מען זי רופֿן "דער ייִדישער סאָלאָוויי". אינעם פֿאַרמעסט האָבן זיך באַטייליקט 35 זינגער פֿון ליטע, לעטלאַנד, עסטלאַנד, ישׂראל, פּוילן, דײַטשלאַנד און בולגאַריע.
מיט פֿאַרגעניגן גיבן מיר איבער די לייענער פֿון אונדזער וועבזײַט, אַז אין דער זעלבער צײַט האָבן מיר אויך אַרײַנגעטראָגן אַ צושטײַער לכּבֿוד נחמה ליפֿשיצס ירושה. אויף אונדזער וועבזײַט קאָנט איר זיך באַקענען מיט איר ביאָגראַפֿיע און אויסהערן 46 רעקאָרדירונגען פֿון אירע לידער. אויף וויפֿל מיר ווייסן, איז דאָס די גרעסטע ווירטועלע רעקאָרדירונג־זאַמלונג פֿון דער דאָזיקער אויסגעצייכנטער זינגערין.