ישׂשכר־בער ריבאַק
גאַלעריע
ישׂשכר־בער ריבאַק (1897 – 1935). ישׂשכר־בער ריבאַק איז געווען אַ ייִדישער און פֿראַנצויזישער מאָלער, גראַפֿיקער, אילוסטראַטאָר און סקולפּטאָר, אַ געבוירענער אין יעליסאַוועטגראַד (דעמאָלט רוסלאַנד, הײַנט קראָפּיווניצקי, אוקראַיִנע). אין זײַן יוגנט האָט ער זיך געלערנט אין דער קיִעווער קונסט־שול און האָט פֿריִ אַנטוויקלט אַן אוניקאַלן קינסטלערישן סטיל, אויסמישנדיק די עקספּרעסיווקייט פֿון קוביזם מיט זײַן אייגענער העלער פֿאַרבן־גאַמע. זײַנע מורי־דרך זענען געווען צוויי אָנגעזעענע קובאָ־פֿוטוריסטן: אַלעקסאַנדראַ עקסטער און אַלעקסאַנדר באָגאָמאַזאָוו.
ייִדישע טעמעס פֿאַרנעמען אַ צענטראַל אָרט אין ריבאַקס ווערק, אָפֿט אין אַ דירעקט שײַכות מיט דער ייִדישער שפּראַך. אינעם יאָר 1918 איז ער געוואָרן איינער פֿון די מיטגרינדער און הויפּט־אַקטיוויסטן פֿון דער קיִעווער "קולטור־ליגע", וואָס האָט געשטעלט דעם ציל צו אַנטוויקלען די ייִדישע ליטעראַטור, טעאַטער און קולטור. ריבאַק האָט אילוסטרירט אַ ריי ייִדישע ביכער פֿאַר קינדער און דערוואַקסענע, אַרײַנגערעכנט לידער פֿון לייב קוויטקאָ און דאָס בוך "קינדער־וועלט" פֿונעם באַוווּסטן סאָוועטישן פּעדאַגאָג באָריס סמאָלין (אַרויס אין 1922 און איבערגעדרוקט אין 2007 מיט ריבאַקס אילוסטראַציעס און אַ פּאַראַלעלער רוסישער איבערזעצונג).
אַזוי ווי שאַגאַל, איז ריבאַק געווען אַן אויסגעצייכנטער קונסט־פֿאָרשטייער פֿון דער ייִדישער און ייִדיש־קולטור. אין פֿאַרגלײַך מיט שאַגאַלס פֿאַנטאַסטישע מאָטיוון, שטעלן אָבער ריבאַקס ווערק דעם טראָפּ אויפֿן טאָג־טעגלעכן פּשוטן לעבן פֿונעם ייִדישן שטעטל. ניט לאַנג פֿאַר זײַן פּטירה, אין 1934, האָט ער זיך געווענדט צו דער קעראַמישער סקולפּטור־קונסט און געשאַפֿן אַ סעריע געפֿאַרבטע טעראַקאָטענע פֿיגורקעס, וואָס זענען באַרימט געוואָרן ווי מוסטערווערק פֿון ייִדישער קונסט ("אַ חסידישער טאַנץ", "שׂימחת־תּורה", "פֿאָלקס־טאַנץ"). ריבאַק איז אויך באַקאַנט ווי דער שאַפֿער פֿון אוניקאַלע גראַפֿיק־אַלבאָמען, וווּ ער האָט געשילדערט דאָס לעבן פֿון אוקראַיִנישע חסידים: "שטעטל" (ליטאָגראַפֿיעס, 1923); "ייִדישע טיפּן פֿון אוקראַיִנע" (1924); "שאָטנס פֿונעם עבֿר" (1932).
ריבאַקס אַלבאָם "שטעטל", ווי אויך אַ רעפּראָדוקציע פֿון זײַן ליטאָגראַפֿיע "דער שלײַפֿער" מיט אַ חתימה פֿונעם אויטאָר, ווערן געוויזן אויף אונדזער וועבזײַט אין דער סעקציע "גאַלעריע", מיט אַ פֿרײַנדלעכער דערלויבעניש פֿון זשוליאַ זילבערקוויט (Julia Zilberquit). די אָריגינעלע ליטאָגראַפֿיע געפֿינט זיך אינעם ריבאַק־מוזיי, אין דער ישׂראלדיקער שטאָט בת־ים.