Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

מאָלעריי

מאַרק שאַגאַל

אַנאַטאָלי קאַפּלאַן

ישׂשכר־בער ריבאַק

בסוף 19טן – אָנהייב 20טן יאָרהונדערט האָבן פּלאַסטישע קונסטן און קינסטלערישע שאַפֿונג פֿאַרנומען זייער אָרט אין דער ווערטן-סיסטעם פֿון דער ייִדישער נאַציאָנאַלער קונסט. דאָס איז פֿאָרגעקומען אין אַ גרויסער מאָס אונטער השפּעה מצד דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור, דער עיקר – ליטעראַטור אויף ייִדיש. זי איז געווען אַ פֿילעוודיקער אינדיקאַטאָר פֿון קולטורעלע און אידעאָלאָגישע נאָוואַציעס און סטימולירט אַנוויקלונג פֿון אַלע געביטן פֿון ער נאַציאָנאַלער קולטור. די נײַע ייִדישע ליטעראַטור האָט ניט בלויז באַשטימט הויכע עסטעטישע סטאַנדאַרטן, נאָר אויך פֿאָרמירט אַ נאַציאָנאַלע קינסטלערישע סבֿיבֿה, וועלכע האָט פֿאַראייניקט פֿאָרשטייער פֿון אַלע שעפֿערישע פֿאַכן.

אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה שוין ערבֿ דער ערשטער וועלט-מלחמה האָט ייִדישע שרײַבער און קינסטלער פֿאַראייניקט געמיינזאַמקייט פֿון עסטעטישע און נאַציאָנאַלע אידייען. קינסטלער און סקולפּטאָרן – ייִדן, וועלכע האָבן אָנגעהערט צו דער דאָזיקער סבֿיבֿה, האָבן אָנגעהויבן באַזיניקן זיך אַלס שעפֿער פֿון אַ נײַער נאַציאָנאַלער קולטור.

לעאָ קעניג (1889 – 1970), איינער פֿון די אָנטיילנעמער פֿון דער ערשטער ייִדישער מאָדערניסטישער גרופּע "מחמדים", וועלכע איז אַנשטאַנען אין פּאַריז אין 1911, האָט געשריבן אין זײַנען מעמואַרן וועגן אָט דער גרופּע: "… מיר האָבן געוואָלט באַווײַזן דער וועלט אונדזערע נײַע ייִדישע מאָטיוון און פֿאָרמען (…). ציוניסטישע קאָנגרעסן, דער בונד, די גרויסע ייִדישע קלאַסיקער זײַנען נאָך געווען בײַם לעבן… עס האָט זיך באַוויזן אַ דור ייִדישע קינסטלער, וועלכע האָבן שוין ניט געדאַרפֿט אַנטלויפֿן פֿון "געטאָ", פֿונעם ייִדישן לעבן, כּדי ווערן מאָלער און סקולפּטאָרן (…), אָרגאַניש פֿאַרבונדענע מיטן באַנײַטן ייִדישן וואָרט, באַקאַנטע מיט פּרצן, שלום-עליכמען, מענדעלע מוכר-ספֿרימען (…). דאָס איז געווען אַ צײַט, ווען יונגע ייִדישע מאָלער, דאָס רובֿ אָפּשטאַמיקע פֿון "תּחום-המושבֿ", האָט געוואַגט געטרומט וועגן אַ ייִדישער פֿאָרם, וועגן וויטראַזשן פֿאַר נײַע ייִדישע שילן (…)". אין קעניגס ביאָגראַפֿיע האָט די ליטעראַטור אָפּגעשפּילט אַ באַשטימענדיקע ראָלע: אין גיכן נאָכן דער צעפֿאַלונג פֿון "מחמדים" האָט ער געביטן דאָס פּעדזל פֿון מאָלער און דער פּען פֿון ליטעראַט און געקראָגן אַ שם אַלס עסעיִסט און איינער פֿון די חלוצים פֿון דער קינסטלערישער קריטיק אויף ייִדיש.

ניט צופֿעליק האָט די וויכטיקסטע ראָלע אינעם פּראָצעס פֿונעם אײַנשליסן די פּלאַסטישע קונסטן אינעם בילד פֿון דער נײַער נאַציאָנאַלער קולטור אָנגעהערט יצחק-לייבוש פּרצן. פּרץ האָט איינער פֿון די ערשטע פֿאַרשטאַנען די נויטווענדיקייט אַקטואַליזירן דעם שעפֿערישן פּאָטענציאַל פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און פֿון דער קולטור-ירושה דווקא פֿונעם מיזרח-אייראָפּעיִשן ייִדנטום. ער האָט ניט בלויז טעאָרעטיש באַגרינדעט זײַנע אידייען, נאָר אויך פֿאַרקערפּערט זיי אין זײַנע ווערק. ווי קיין שום אַנדערער קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, האָט פּרץ צוגעצויגן צו זיך די ייִדישע אַרטיסטישע יוגנט, איז געווען אַ מדריך און גײַסטיקער פֿירער ניט בלויז פֿונעם נײַעם דור ייִדישע שריפֿטשטעלער, נאָר אויך פֿון קינסטלער. אינעם נעענסטן קרײַזן פֿון פּרץ, וועלכער האָט זיך צונויפֿגעלייגט אין וואַרשע עטלעכע יאָרן פֿאַרן אָנהייב פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה, זײַנען געווען אַזעלכע מאָלער ווי מאַוריצי מינקאָווסקי (1881 – 1930), שמעון-בער קראַטקאָ (1884 – 1960) און משה אַפּעלבאַום (1887 – 1931).

באַגײַסטערטע דורך פּרצן, האָבן זיי און אייניקע אַנדערע קינסטלער פֿון זײַן קרײַז זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער ייִדישער פֿאָלקס-קונסט. זיי זײַנען אַרומגעפֿאָרן איבער שטעטלעך פֿון פּוילן, זוכנדיק אַלטערטימלעכע תּמשישי-קדושה און טראַדיציאָנעלע מלבושים, האָבן קאָפּירט געשניטענע רעליעפֿן אויף מצבֿות פֿון ייִדישע בית-עלמס, קאָפּירט ווענט-געמעלן אין אַלטערטימלעכע שילן, און שפּעטער האָבן זיי אַליין דעקאָרירט זיי (ווי, למשל, אַפּעלבאַום). אונטער פּרצעס השפּעה האָט אפֿילו אַ ווײַטער אין אַ געוויסן פּעריאָד פֿון ייִדישקייט ש.אַנ-סקי "זיך אומגעקערט", לויט זײַן אייגענער אַנערקענונג, צו זײַן פֿאָלק, אָנגעהויבן שרײַבן אויף ייִדיש, איז געוואָרן אַ זאַמלער און אַ פֿאָרשער פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און פֿון דער "ייִדישער קינסטלערישער אַלטערטימלעכקייט", ווי אויך דער גרינדער פֿונעם ייִדישן מוזיי אין פּעטראָגראַד (1916). די געזאַמלטע דורך ש.אַנ-סקי קאָלעקציע האָט אַנטפּלעקט פֿאַר יונגע ייִדישע קינסלער די עשירות פֿון דער נאַציאָנאַלער טראַדיציאָנעלער וויזואַלער קולטור, וועלכע איז געוואָרן דער יסוד פֿון זייערע זוכונגען נאָך אַן עסטעטישן אידעאַל און שעפֿערישער אָריגינעלקייט.

כּמעט אַלע ייִדישע מאָדערניסטישע קינסטלערישע גרופּעס, וועלכע זײַנען אַנטשטאַנען אין פֿאַרשיידענע צענטערס פֿון דער ייִדישער קולטור ערבֿ דער ערשטער וועלט-מלחמה און נאָך איר, זײַנען פֿאַרבונדן געווען מיט פֿאַראייניקונגען פֿון ייִדישע שרײַבער, אַדער ייִדישע שרײַבער זײַנען אפֿילו געשטאַנען בראָש פֿון זיי. איינער פֿון ד גרינדער פֿון דער ניו-יאָרקער ליטעראַטן-גרופּע "די יונגע" דוד איגנאַטאָוו (1885 – 1954) האָט געזען אין קאָאָפּעראַציע מיט מאָלער אַן אומבאַדינגלעכן תּנאי פֿון אַ נאָרמאַלער אַנטווויקלונג פֿון דער "יונגער" ייִדישער ליטעראַטור. ער האָט געוואָל זייערע אויסגאַבעס זאָלן "ווערן אַ אָרגאַן ניט בלויז פֿון יונגע ייִדישע שרײַבער, נאָר אויך פֿון קינסטלער".

מיט די "יונגע" ייִדישע שרײַבער האָבן באַשטענדיק מיטגעאַרבעט אַזעלכע אַמעריקאַנער קינסטלער ייִדן, ווי זוני מאָוד (1896 – 1956), יצחק ליכטענשטיין (1883 – 1971; איינער פֿון ד מיטגלידער פֿון דער גרופּע "מחמדים"), מאַקס וועבער (1881 – 1961), אבֿרהם וואַלקאָוויץ (1878 – 1965), אַבא אָסטראָווסק (1899 – 1963), בנימין קאָפּמאַן (1887 – 1965) און דזשעגינגס (יהודה) טאָפֿעל (1891 – 1959) – זייערע ווערק האָט מען רעפּראָדוצירט אויף ד זײַטן פֿון אויסגאַבעס פֿון "די יונגע", וווּ מע האָט אויך פֿאַרעפֿנטלעכט זייערע אייגענע ליטעראַרישן פּרוּוון אויף ייִדיש.

אין אַן אַנדערן קולטור-צענטער פֿון די ייִדישע תּפֿוצות, אין קיִעוו, זײַנען יונגע ייִדישע מאָלער אויך פֿאַרבונדן געווען מיט אַ קרײַזל פֿון ייִדישע ליטעראַטן-מאָדערניסטן, דער קערן פֿון וועלכן האָבן באַטראָפֿן דוד בערגעלסאָן, דער נסתּר, כאַצקל (יחזקאל) דאָברושין און נחמן מײַזיל. עטוואָס שפּעטער איז אויפֿן יסוד פֿון דעם דאָזיקן קרײַזל אויסגעוואַקסן "די קיִעווער גרופּע", וועלכע איז געוואָרן אַ באַמערקבאַרע דערשײַנונג אין דער געשיכטע פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור. אירע עסטעטישע אידייען און נאַציאָנאַל-קולטורעלע אידעאַלן האָבן שטאַרק משפּיע געווען אויף די יונגען ייִדישע קינסטלער, וועלכע האָבן זיך געלערנט פֿאַר דער ערשטער וועלט-מלחמה אין קיִעוו – יצחק ראַבינאָוויטש (1894 – 1961), מאַרק עפּשטיין (1899 – 1949), ישׂככר-בער ריבאַק (1897 – 1935), ברוך (באָריס) אַראָנסאָן (1898 – 1980), ניסן שיפֿרין (1891 – 1962), אלכּסנדר טישלער (1898 – 1980) אא. אין 1918 האָבן זייך גענומען אַן אַקטיוון אָנטייל אין "קולטור-ליגע".

אין איינעם פֿון די ערשטע פּראָגראַם-דאָקומענטן פֿון "קולטור-לגע" זײַנען באַשטימט געוואָרן דרײַ הויפּט-ספֿערן פֿון איר טעטיקייט: "אויף דרײַ זײַלן שטייט די קולטור-ליגע: אויף דער ייִדישער פֿאָלקס-בילדונג, אויף דער ייִדישער ליטעראַטור און אויף דער ייִדישער קונסט". אויף אַזאַ אופֿן איז די קונסט געווען צווישן די וויכטיקסטע נאַציאָנאַל-קולטורעלע פּריאָריטעטן, בפֿרט, באַנאַנד מיט אַזאַ פֿונדאַמענטאַלן אַטריבוט פֿון דער ייִדישער קולטור, ווי די בילדונג, וועלכער האָט געשפּילט די צענטראַלע ראָלע אין דער פּראקטישער אַרבעט פֿון דער "קולטור-ליגע".

"די קיִעווער גרופּע" און פֿאַרבונדענע מיט איר קנסטלער האָבן געשאַפֿן אַ ליטעראַרישע און אַ קינסטלערישע סעקציע פֿון דער "קולטור-ליגע". אַלס פֿאָרזיצער פֿון זייער סעקציע האָבן די קינסטלער אויסגעקליבן אַ ליטעראַט – דעם קינסטלערישן און ליטעראַרישן קריטיקער דאָברושן, וואָס האָט געשאַפֿן אָריגינעלע טעאָריעס פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער קונסט און ייִדישן אילוסטרירטן בוך. אין דער קינסטלערישער סעקציע זײַנען, חוץ די קיִעווער קינסטלער אַרײַן יוסף טשײַקאָוו, פּאָלינע חן-טובֿ, שׂרה שור און אליעזר ליסצקי, וועלכע זײַנען אָנגעקומען קיין קיִעוו אין סוף 1918.

אין 1920, נאָך דער אײַנשטעלונג פֿון ראַטן-מאַכט אין אוקראַיִנע, האָבן אַ סך ייִדישע קינסטלער פֿאַרלאָזט קיִעוו און זיך איבערגעצויגן קיין מאָסקווע, וווּ ס'איז אויך געשאַפֿן געוואָרן אַ קינסטלערישע סעקציע פֿון דער "קולטור-ליגע". אין איר זײַנען, חוץ דער מערהייט אירע קיִעווער אָנטיילנעמען, זײַנען אַרײַן אויך מאַרק שאַגאַל (1887 – 1985), דוד שטערנבערג (1881 – 1948) און נתן אַלטמאַן (1889 – 1970). אויף אַזאַ אופֿן האָט די קינסטלערשע סעקציע פֿון דער "קולטור-ליגע" פֿאַראייניקט אַלע גרעסטע ייִדישע קינסטלער פֿון רוסלאַנד, וועלכע האָבן געזען זייער אויפֿגאַבע אינעם שאַפֿן אַ הײַנטצײַטיקע אַוואַנגאַרדיסטישע ייִדישע קונסט.

כּמעט איינצײַטיק מיט קיִעוו און מאָסקווע, דערווערבט אַ באַדײַטונג ווי אַ צענטער פֿונעם ייִדישן קונסט-אַוואַנגאַרד אויך לאָדז. דאָ, לויט איניציאַטיוו פֿונעם דיכטער משה בראָדערזאָן (1890 – 1956), וועלכער האָט אויך געהאַט טאַלאַנטן פֿון אַ מאָלער, אַ טעאַטער-רעסשיסער און כאַריזמע פֿון אַ לידער און אַן אָרגאַניזאַטאָר, האָבן ייִדישע שרײַבער און קינסטלער פֿון לאָדז, נאָענטע צו פֿוטוריזם און עקספּרעסיאָניזם אין זייער פּוילישער ווערסיע, זיך פֿאַראייניקט אין דער גרופּע "יונג ייִדיש".

צווישן די קינסטלער, וועלכע זײַנען אַרײַן אין דער גרופּע זײַנען געווען יאַנקל אַדלער (1895 – 1949), מאַרעק שוואַץ (1892 – 1958), יצחק-ווינצענטי ברוינער (בראַונער; 1887 – 1944) און הענריק (הענעך) באַרטשינסקי (1896 – 1941). מיט "יונג ייִדיש" האָב מיטגעאַרבעט אוף דער קאָמפּאָזיטאָר הענעך קאָן (1890 – 1972) און די וואַרשעווער ייִדישע קינסטלער הענריק בערלעווי (1894 – 1967) און זאבֿ-וואָלף (וולאַדיסלאַוו) ווײַנטרויב (ווײַנטראַום; 1891 – 1942). "יונג ייִדיש" שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ ראַדיקלן פּרוּוו פֿון סינטעטישער אַוואַנגאַרדיסטישער שאַפֿונג, עלעמענטן פֿון וועלכער עס זײַנען אין דער גלײַכער מאָס פּאָעזיע און גראַפֿיק. בולטע אַנטפּלעקונגען פֿון אַזאַ סינטעז און שטעבונג אָפּצומעקן גרענעצן צווישן וויזואַלס און ווערבאַלס זײַנען אַלמאַנאַכן פֿון דער גרופּע מיט אַ פּראָגראַמאַטיש אונטערקעפּל: "לידער אין וואָרט און צייכענונגען".

אַדאַנק דער אומצערײַסבאַרער פֿאַרבדונג פֿון דער נײַער ייִדישער קונסט מיט ייִדיש, זײַנען ייִדישע מאָדערניסטישע קינסטלערישע גרופּעס אַנטשטאַנען צווישן די צוויי וועלט-מלחמות אומעטום, וווּ עס האָבן נאָר עקזיסטירט צענטערס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור: אין ריגע איז בראָש פֿון דער ליטעראַטן-גרופּע "סמבטיון" געשטאַנען אַ קינסטלער און אַ קונסט-טעאָרעטיקער מיכאל איִאָ (יפֿה; 1893 – 1960), אין לאָנדאָן האָט לעאָ קעניג געגרנדעט די גרופּע "רענעסאַנס", אין וועלכער ער האָט צוגעצויגן אָרטיקע ייִדישע שרבער און אַזעלכע קינסטלער ווי דוד באָמבערג (1890 – 1957) און דזשייקאָב קרעמער (1892 – 1962).

אין שיקאַגאָ האָט זיך אין דער מיט פֿון די 1920ער יאָרן צונויפֿגעלייגט אַ גרופּע ייִדישע ליטעראַטן – פֿוטוריסטן "יונג שיקאַגאָ", די הויפּט-גרופּעס אין וועלכער עס זען געווען דער פֿאָרגעשריטענע דיכטער מאַטעס דייטש און דער קינסטלער טאָרדעס געלער (1889 – 1949); אין 1929 האָט זיך אין ווילנע באַוויזן אַ ליטעראַטור-גרופּע "יונג ווילנע", איינער פֿון די לידערס פֿון וועלכער ס'איז געוואָרן דער דיכטער אבֿרהם סוצקעווער, און די קינסטלער – זײַן שוועסטער רחל-ראָזע (1909 – 1941) און בן ציון מיכטאָם (1909 – 1941) זײַנען געוואָרן פֿולבאַרעכטקע מיטגלידער פֿון דער גרופּע; ייִדישע קינסטלערישע גרופּעס פֿון אַזאַ מין זען אַנטשטאַנען אין אָנהייב פֿון די 30ער יאָרן אין בוענאָס-אײַרעס און אפֿילו אין יאָהאַנעסבורג. אויף אַזאַ אופֿן האָט די ייִדישע קונסט דערוואָרבן אַ צווישנפֿעלקערלעכן מאַסשטאַב און אַלוועלטלעכן אַרעאַל, גלײַך ווי די ייִדישע ליטעראַטור און קולטור.

דער אָנשפּאַר אויף ייִדיש און אויף דער ייִדישער ליטעראַטור האָט סטימולירט נאָכן חורבן די שאַפֿונג פֿון ייִדישע קינסטלער אין פֿאַרשיידענע לענדער: פֿון הערש אינגער, תּנחום קאַפּלאַן, מאיר אַקסעלראָד, יורי קופּער און מיכאל גראָבמאַן אינעם ראַטנפֿאַרבאַנד, פֿון מאָריס סנדק און זיגמונד פֿראָסט אין אַמעריקע, פֿון יאָסל בערגנער אין קאַנאַדע און ישׂראל.

די ייִדישע שפּראַך אַליין איז געוואָרן איינער פֿון די יסודות פֿון שאַפֿונג פֿון אייניקע ייִדישע קינסטלער, בפֿרט, זײַנען אַ סך מאַרק שאַגאַלס געשטאַלטן אַ וויזואַליזאַציע פֿון ייִדישע ווערבאַלע קאָנסטרוקציעס. ייִדיש איז אויך געווען דער וויכטיקסטער אינסטרומענט פֿון קינסטלערישער רעפֿלעקסיע און קונסט-טעאָריע – אויף ייִדיש זײַנען אָנגעשרבן אַוואַנגאַרד-מאַניפֿעסטן, גלענצנדע קריטישע אַרטיקלען און עסייען וועגן קונסט. אייניקע פּרינציפּיעלע און נאָוואַטאָרישע אידייען פֿון דער קינסטלערישער אַנטוויקלונג זײַנען צום ערשטן מאָל פֿאָרמולירט געוואָרן דווקא אויף ייִדיש פֿריִער, איידער זיי זײַנען געוואָרן אַנטפּלעקונגען אַלוועלטלעכער קונסט-טעאָריע. די ייִדישע שפּראַך און קולטור האָבן באַפֿרוכפּערט די שאַפֿונג פֿון אַ סך גרעסטע קינסטלער פֿונעם 20טן אָרהודערט, וועמענס ווערק פֿאַרנעמען אַן אָנגעזעען אָרט אינעם אוצר פֿון דער וועלט-קונסט.

הלל קאַזאָווסקי