Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

לייב פּולווער

קאַטאַלאָג

דאָס גרויסע געווינס (200,000)

בלאָנדזשענדע שטערן

בר־כּוכבא

אויפֿשטאַנד

אין געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור פֿונעם 20טן יאָרהונדערט איז איינע פֿון די בולטסטע דערשײַנונגען געווען דער מאָסקווער ייִדישער מלוכה־טעאַטער (גאָסעט). זײַן געשיכטע האָט זיך אָנגעהויבן אין 1920 און זיך איבערגעריסן אין 1949. אויב דער לייענער וועט עפֿענען הײַנט דעם אַרטיקל וועגן דעם מאָסקווער גאָסעט אין דער רוסישער וויקיפּעדיע, וועט ער געפֿינען אַן ריכטיקע אין גאַנצן גענומען שילדערונג פֿונעם טעאַטערס טעטיקייט. דאָרט זײַנען פֿאַראַן שורות וועגן זײַנע גרינדער און יענע, אויף וועמען קנאַפּע 30 יאָר האָט זיך געהאַלטן דער רום פֿונעם פֿירנדיקן ייִדישן טעאַטער אין אייראָפּע. קודם־כּל זײַנען אָנגערופֿן די נעמען פֿונעם גרינדער פֿון דעם טעאַטער אַלעקסיי גראַנאָווסקי (זײַן אמתער נאָמען – אבֿרהם אַזאַרך), פֿון זײַן גרויסן ממשיך־דרך דעם רעזשיסער און שוישפּילער שלמה מיכאָעלס (זײַן אמתער פֿאַמיליע־נאָמען וואָפֿסי), פֿונעם געניאַלן שוישפּילער בנימין זוסקין. אינעם אַרטיקל ווערן אויך דערמאָנט די פֿאָרגעשריטענע מאָלער – מאַרק שאַגאַל, יצחק ראַבינאָוויטש, ראָבערט פֿאַלק און אַלכּסנדר טישלער, וועמענס טאַלאַנט און אייגנאַרטיקייט האָבן געמאַכט ספּעקטאַקלען פֿונעם מאָסקווער גאָסעט אויסערגעוויינלעך קאָליריק, ס'ווערט דערמאָנט וועגן דעם, אַז די קינסטלערישע אויספֿורעמונג פֿון ספּעקטאַקלען פֿונעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער איז געווען אויפֿן ניוואָ פֿון די העכסטע דערגרייכונגען פֿון סטענאָגראַפֿן פֿון יענער צײַט.

קיין וואָרט איז ניט געזאָגט בלויז וועגן איינער פֿון די הויפּט־פֿיגורן פֿונעם מאָסקווער גאָסעט, אָן וועלכער וואָלטן ניט געשטעלט געוואָרן די ספּעקטאַקלען פֿונעם טעאַטער. דאָס איז דער קאָמפּאָזיטאָר לייב פּולווער (1883 – 1970). ווי ס'ווערט געזאָגט אין אַן אַנדערן ענציקלאָפּעדישן אַרטיקל, "האָט דער קאָמפּאָזיטאָר געשאַפֿן מוזיק צו 42 ספּעקטאַקלען פֿונעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער, צו אַ ריי קינאָפֿילמען, אָבער דאָס רובֿ פּולווערס ווערק זײַנען ניט אַרויסגעגעבן, און ס'איז ניט באַוווּסט, וווּ עס געפֿינען זיך זײַנע כּתבֿ־ידן|.

לייב פּולווער איז געווען זייער גוט געבילדעט. ער האָט פֿאַרענדיקט אין 1908 די פּעטערבורגער קאָנסערוואַטאָריע לויט צוויי ספּעציאַליטעטן – ווי אַ פֿידלער און ווי אַ קאָמפּאָזיטאָר. אין די ערשטע יאָרן פֿון זײַן זעלבסטשטענדיקער אַרבעט איז ער דערפֿאָלגרײַך אַרויסגעטראָטן ווי אַן אויספֿילער אויפֿן פֿידל און וויאָלע, געווען אַן אָרקעסטער־סאָליסט פֿונעם באָלשאָי טעאַטער, אַן אָנטיילנעמער פֿונעם באַרימטן אַמאָל קוואַרטעט אויפֿן נאָמען פֿון סטראַדיוואַריוס. גרינטלעך האָט זײַן לעבן זיך געביטן, ווען אין 1922 איז ער געוואָרן דער קאָמפּאָזיטאָר, דיריגענט און פֿאַרוואַלטער פֿון מוזיקאַלער טייל פֿונעם מאָסקווער ייִדישן מלוכה־טעאַטער.

דאָס איגנאָרירן פּולווערס נאָמען אין די אַרטיקלען וועגן דעם מאָסקווער גאָסעט איז ביז גאָר אומיושרדיק, ווײַל כּמעט יעדער ספּעקטאַקל אין דעם דאָזיקן טעאַטער איז געווען אַ מין מוזיקאַלע מיסטעריע. אָבער ס'איז דאָ נאָך איין זייער וויכטיקער מאָמענט: די טבֿע פֿון טעאַטראַלן ספּעקטאַקל איז אַזאַ, אַז אינעם פֿאַל, ווען ער איז ניט פֿאַרפֿיקסירט אויף טאַשמע (און קיין פֿולע פֿאַרקריצונגען פֿון ספּעקטאַקלען פֿונעם מאָסקווער גאָסעט האָבן זיך ניט אָפּגעהיט), בלײַבן אַלע זײַנע קאָמפּאָנענטן – די דראַמאַטורגיע פֿונעם ספּעקטאַקל, די אַקטיאָרן־שפּיל, די דעקאָראַציעס בלויז אין זכרונות פֿון מיטצײַטלער אָדער אין אָפּרופֿן פֿון קריטיק. אַ ווײַטערדיק רעאַל לעבן האָט בלויז די מוזיק.

וואָס איז שייך צו לייב פּולווערס שעפֿערישער ירושה, האָט מען ביז לעצטנס געהאַלטן, אַז עס האָבן זיך אָפּגעהיט נאָר אייניקע פֿראַגמענטן פֿונעם ספּעקטאַקל "אוריאל אַקאָסטאַ" און אייניקע אַנדערע דריבנע פֿאַרפֿאַסונגען, וואָס ווערן אָפּגעהיט אין ישׂראל און זײַנען ווייניק באַוווּסט אפֿילו מוזיקער. דערפֿאַר קאָן מען האַלטן פֿאַר אַן אויסערגעוויינלעך מזל, אפֿילו אַ מין סענסאַציע דעם פֿאַקט, וואָס ניט לאַנג צוריק האָט זיך אײַנגעגעבן געפֿינען אַריבער 60 (!) לייב פּולווערס פֿולע פּאַרטיטורן צו ספּעקטאַקלען פֿונעם מאָסקווער גאָסעט. פֿאַקטיש איז דאָס אַ מוזיקאַלע כראָניק פֿונעם גרויסן ייִדישן טעאַטער.

לעת־עתּה געפֿינט זיך דאָס אַלץ אין אַרכיוו. דאָס קלינגען פֿון לייב פּולווערס ריזיקער מוזיקאַלער ירושה דאַרף נאָך פֿון דאָס נײַ אַנטפּלעקן.