Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

ייִדיש און ייִדישקייט

די ייִדישע ווערטער ייִדנטום און ייִדישקייט ווערן ביידע איבערגעזעצט אין עבֿריתּ אַלס יהדות. דערבײַ איז דאָס וואָרט ייִדישקייט למעשׂה אַרײַן אינעם הײַטצײַטיקן עבֿריתּ און עס קאָנקורירט דערפֿאָלגרײַך מיטן וואָרט יהדות, ווען עס גייט אַ רייד ניט אַזוי וועגן אַן אָפֿיציעל־סטרוקטורירטער, ווי וועגן אויפֿריכטיק־אומפֿאָרמעלער באַציִונג פֿון ייִדן צו זייער קולטור־רעליגיעזער טראַגיציע. אין דער זעלבער באַדײַטונג ווערט דאָס וואָרט ייִדישקייט אויסגענוצט דורך ייִדן אויך אויף אַנדערע שפּראַכן, למשל, אויף ענגליש און אויף רוסיש. דערבײַ אין אונטערשייד פֿונעם אויסנוצן דאָס דאָזיקע וואָרט אויף זײַן אָריגינעלער שפּראַך וואַרפֿט זיך ממש אין די אויגן די אָרגאַנישע פֿאַרבינדונג צווישן די ווערטער ייִדיש און ייִדישקייט.

יידישלאנד

(YIVO Encyclopedia of Jews in Eastern Europe)

 ס'וועט ניט זײַן קיין גוזמא צו זאָגן, אַז דאָס ייִדישע לשון גופֿא האָט אָנגעהויבן אויפֿגענומען צו ווערן ווי אַ וויכטיקער עלעמענט פֿונעם ייִדישן רעליגיִעזן לעבנס־שטייגער אין זײַן אשכּנזישן אויסזען. ווײַל אין ייִדיש האָבן דאָך מיט עטלעכע יאָרצענדליקער צוריק גערעדט די זקנים, וועלכע האָבן אַרויסגעטראָטן אין דער ראָלע פֿון היטער פֿון דער ייִדישער טראַדיציע פֿאַרן נײַעם דור ייִדן, וועלכע זײַנען אויסגעוואַקסן דאָרט, וווּ עס האָבן עמיגרירט זײַערע עלטערן, אָדער אויף חורבות פֿון ייִדישלאַנד, אַ דור, וואָס האָט איבערגעלעבט אַ האַסטיקע אַקטולטוראַציע און סעקולאַריזאַציע. מיט אַנטליִענע פֿון ייִדיש ווערטער פֿלעגט מען באַצייכענען אינעם ייִדישן געברויך אויף פֿרעמדע שפּראַכן דאָס רובֿ באַגריפֿן פֿאַרבונדענע מיטן טראַדיציאָנעלן ייִדישן אַרט לעבן, – פֿון נעמען פֿון ייִדישע יום־טובֿים ביז נעמען פֿון ייִדישע מאכלים.

באַזונדערע ראָלע שפּילט ייִדיש איצט אין יענע חרדישע קהילות פֿון אַמעריקע, ישׂראל און אייניקע אַנדערע לענדער, וווּ עס ווערט אָפּגעהיט ווי דאָס עיקרדקע אומגאַג־לשון. די דאָזיקע ראָלע איז פֿילדײַטיק. ערשטנס, גייט אַ רייד וועגן אָפּגעהיטן אַ לעבעדיקע המשכדיקייט בנוגע צו די טראַדיציאָנעלע ייִדישע קהילות, וועלכע האָבן עקזיסטירט אין אַ ניט־ווײַטן היסטאָרישן עבֿר אין מיזרח־אייראָפּע. צווייטנס, אויף אַזאַ אופֿן ווערט אָפּגעהיט יענע דיגלאָסיע, וועלכע האָט במשך יאָרהונדערטער עקזיסטירט אין די ייִדישע קהילות, אין וועלכע ייִדיש איז געווען דאָס ספּעציפֿיש־ייִדישע אומגאַנג־לשון און העברעיִש האָט געהייסן לשון־קודש. אויסנוצנדיק די טראַדיציאָנעלע ייִדישע טערמינאָלאָגיע, קאָן מען דאָס אָנרופֿן המבֿדיל בין קודש לחול. און לבֿסוף דערמעגלעכט ייִדיש דורכצופֿירן אַ גרענעץ צווישן זיך און דעם מאָדערניזירטן – סײַ וועלטלעכן סײַ רעליגיעזן עולם, וועלכער איז איבערגעגאַנגען אין זײַן אומגאַנג אויף ניט־ייִדישע שפּראַכן אָדער אויפֿן הײַטצײַטיקן עבֿריתּ (דער לעצטער ווערט אויפֿגענומען אין ראַמען פֿון דער דאָזיקער קאָנצעפּציע ווי אַ סעקולאַריזירטע און פּראָפֿאַנירטע דורך ציוניסטן פֿאָרם פֿון לשון־קודש).

דאָס באַהערשן מיט ייִדיש איז פּרעסטיזשפֿול אויך אין יענע חרדישע קהילות, וועלכע זײַנען איבערגעגאַנען אין זייער אומגאַנג אויף ניט־ייִדישע שפּראַכן אָדער אויף עבֿריתּ. אויף ייִדיש פֿירן ביז איצט זייערע שיעורים אין ישיבֿות אייניקע זייער אויטאָריטעטפֿולע רבנים. אויף ייִדיש זײַנען געשאַפֿן און אַרויסגעגעבן ווערק פֿון אַ גאַנצער ריי גדולי־הדור, וועלכע האָבן געלעבט גאָר ניט לאַנג צוריק. באַזונדערע ייִדישע ווערטער טרעפֿן זיך אָפֿט אין פּרושים צו הייליקע טעקסטן, אָנגעשריבענע דורך רבנים פֿון פֿריִערדיקע דורות אויף לשון־קודש, וועלכע מע לערנט עד־היום. אין אָט דעם קאָנטעקסט איז גענוג צו דערמאָנען "משנה ברורה" פֿון חפֿץ חיים (1838 – 1933). ביז איצט זײַנען פּאָפּולער – דערבײַ ניט בלויז צווישן די חרדים – ייִדישע פֿאָלקסלידער מיט רעליגיִעזן אינהאַלט. דערפֿאַר איז קיין חידוש ניט, אַז מיט ייִדיש באַמיִען זיך באַהערשן ווי מיט דער צווייטער שפּראַך יענע, וואָס שטרעבן זיך צואייניקן צו די חרדישע קהילות, וווּ עס בלײַבט אין געברויך

די ייִדיש־רעדנדיקע חרדים האָבן געשאַפֿן אויפֿן מאַמע־לשון זייער אייגענע פּרעסע, ליטעראַטור (צווישן ייִדיש־ליבהאָבער אויסער די חרדישע קהילות איז גוט באַקאַנט דער אַמעריקאַנער חסידישער פּראָזאַיִקער און בלאָגער, וועלכער טרעט אַרויס אונטערן פּען־נאָמען קטלא קניא) און עסטראַדע. דערבײַ איגנאָרירן זיי בדרך־כּלל די געשאַפֿענע אין פֿאַרלויף פֿון די לעצטע אַנדערהאַלבן יאָרהודערטער מאָדערניזירטע און סעקולאַריזירטע קולטור אויף ייִדיש. בפֿרט, אין זייערע דרוק־אויסגאַבעס ווערן ביז איצט אויסגענוצט אַן אַרכאַיִשער ניט־נאָרמירטער אויסלייג, ספּעציפֿיש דיאַלעקטאַלע גראַמאַטישע פֿאָרמען און אַנטליִענע פֿון ענגליש ווערטער, וועלכע זײַנען אָפּוועזנד אין כּלל־ייִדיש (די דאָזיקע פֿאָרם פֿונעם לשון רופֿט מען אָפֿט "חסידיש ייִדיש"). ניט געקוקט אויף דעם, צווישן ענטוזיִאַזטן ייִדישיסטן איז אין די לעצטע יאָרן צו באַמערקן אַן אינטערעס צו דער קולטור־טעטיקייט פֿון די חרדישע קהילות, אַדאַנק וועלכע ייִדיש ווערט אָפּגעהיט ווי אַ לעבעדיקע שפּראַך און געפֿינט זיך ניט אין סתּירה צו אַ ברייט פֿאַרשפּרייטער מיינונג – אונטער אַן אומפֿאַרמיטלעכער סכּנה פֿון פֿאַרשווינדונג.

ון אַן אַנדערער זײַט טוען די רײַכע מאָדערניזירטע ייִדישע קולטור און די הײַנטצײַטיקע קולטור־טעטיקייט אויף ייִדיש אַרויסרופֿן אַן אינטערעס מצד אַ טייל ייִדיש־ריידנדיקע יונגעלײַט, וועלכע זײַנען אויסגעוואַקסן אין חרדישע קהילות. צווישן טוער פֿון דער הײַנטצײַטיקער וועלטלעכער ייִדישער קולטור זײַנען פֿאַראַן ניט ווייניק אָפּשטאַמיקע פֿון חרדישע קהילות. צווישן זיי זײַנעו דער ישׂראלדיקער שוישפּילער מענדי כּהנא (געב. אין 1965 אין אַנטווערפּען), דער צוויי־שפּראַכיקער (ענגליש און ייִדיש) אַמעריקאַנער פּאָעט ירמיהו־אהרן טאַוב (געב. אין 1967 אין פֿילאַדעלפֿיע), דער צוויי־שפּראַכיקער (העברעיִש און ייִדיש) ישׂראלדיקער פּאָעט אבֿישלום פֿון שילוח (געב. אין 1991 אין בני־בֿרק).