Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

ייִדיש און וועלט־קולטור

ווען די רייד וואָלט געגאַנגען וועגן דער וועלט־השפּעה פֿון דער ייִדישער קולטור בכלל, אָן קיין שײַכות צו וועלכער־ניט־איז שפּראַך, וואָלט מען געמוזט אָנהייבן די מעשׂה פֿונעם תּנ״ך – פֿון דער ייִדישער ביבל, וואָס איז געוואָרן איינער פֿון די סאַמע יסודותדיקע טעקסטן פֿון דער הײַנטצײַטיקער וועלט־קולטור אין אירע סאַמע פֿאַרשיידנאַרטיקע אַספּעקטן. די ליטעראַטור, קונסט, טעאַטער, קינאָ, פֿילאָסאָפֿיע פֿון אַלע מערבֿדיקע פֿעלקער אָן אַן אויסנאַם – און ניט־מערבֿדיקע אויך – איז ממש דורכגעזאַפּט מיט תּנ״כישע סוזשעטן, אידעען און מאָטיוון.

מאַרק שאַגאַל. איבער דער שטאָט. 1918.

ווי באַקאַנט, רופֿט מען אָן ייִדן "עם־הספֿר", און יענער ספֿר איז, דער עיקר, דער תּנ״ך. די תּנ״כישע שפּראַך איז אָבער לשון־קודש, דער אוראַלטער העברעיִש, און אַוודאי ניט ייִדיש. אין פֿאַרגלײַך מיטן תּנ״ך איז די קולטור פֿון ייִדיש אַ רעלאַטיוו יונגע. דערפֿאַר איז גאָר ניט גרינג צו ענטפֿערן, ווי אַזוי און אויף וויפֿל זי האָט משפּיע געווען אויף דער וועלט־קולטור. מע מוז די דאָזיקע קשיא קודם גוט באַטראַכטן.

קיין פּרטימדיקן ענטפֿער וועלן מיר דאָ ניט געבן; דאָ וועלן מיר בלויז אויסדריקן עטלעכע אַלגעמיינע געדאַנקען וועגן דעם אָרט, וואָס די ייִדיש־קולטור פֿאַרנעמט אינעם קאָנטעקסט פֿון דער וועלט־קולטור.

1. די ייִדישע קולטור איז אַלגעמיין שטאַמט פֿונעם אוראַלטן מיטל־מיזרח און איז פֿאַרבונדן מיט סעמיטישע שפּראַכן, וואָס פֿאַר אייראָפּע זענען גאַנץ פֿרעמד: לשון־קודש און אַראַמיש. להיפּוך, איז די ייִדיש־קולטור אי אַ נאַציאָנאַל־ייִדישע, אי אַן אייראָפּעיִשע. אַזוי ווי די ייִדישע שפּראַך גופֿא, איז זי אויפֿגעקומען און זיך אַנטוויקלט במשך פֿון צענדיקער דורות אין אייראָפּע. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס אויף ייִדיש שרײַבט מען מיטן ייִדישן – לכתּחילה לשון־קודשדיק – אַלף־בית, אומפֿאַרשטענדלעך פֿאַר ס׳רובֿ אייראָפּעער, פּאַסט זיך די ייִדיש־קולטור אַרײַן אָרגאַניש אינעם אייראָפּעיִשן קולטורעלן קאָנטעקסט.

אַ סך אירע אויסדרוקן שטעלן מיט זיך פֿאָר ייִדישלעכע רעפֿלעקסיעס אויף דער אַלגעמיינער אייראָפּעיִשער קולטור – אַ מין "ייִדישע תּשובֿה אויף דער קריסטלעכער שאלה". דאָס איז נאַטירלעך, ווײַל ביז די לעצטע פּאָר הונדערט יאָר זענען ייִדן געווען די איינציקע ניט־קריסטלעכע רעליגיעזע מינאָריטעט אין דער קריסטלעכער אייראָפּע. באונס צי ברצון האָבן זיי געפֿירט אַ שטענדיקן קולטורעלן דיאַלאָג מיט דער אַרומיקער סבֿיבֿה.

2. די מאָדערנע ייִדיש־קולטור, וואָס האָט זיך פֿאָרמירט אינעם 19טן יאָרהונדערט, איז רעלאַטיוו יונג. אַזוי ווי אַנדערע גענוג יונגע אייראָפּעיִשע קולטורן, האָט זי געמוזט זיך פֿאַרפֿעסטיקן, פֿאַרדינען עפּעס אַן אָנערקענונג אינעם קאָנטעקסט פֿון דער אייראָפּעיִשער און אַמעריקאַנער קולטור, מחוץ די ראַמען פֿונעם ייִדישן ציבור. אין אַ געוויסער מאָס איז דאָס איר אײַנגעגעבן צו דערגרייכן נאָך אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.

3. דער ערשטער תּנאַי פֿון אַזאַ אָנערקענונג זענען געווען איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אויף אַנדערע שפּראַכן. זיי האָבן אָנגעהויבן זיך באַווײַזן נאָך אינעם סאַמע סוף פֿונעם 19טן יאָרהונדערט: ראשית־כּל, איבערזעצונגען אויף רוסיש, פּויליש און דײַטשיש. דערנאָך האָט זייער צאָל געהאַלטן אין איין וואַקסן, צוזאַמען מיט דער צאָל שפּראַכן, אויף וועלכע מע האָט איבערגעזעצט פֿאַרשיידענע ייִדישע ווערק.

4. דער ערשטער ייִדישער שרײַבער, וועלכער איז געוואָרן באַקאַנט און פּאָפּולער אין דער גרויסער ניט־ייִדישער וועלט איז געווען שלום אַש (1880–1957). ווען ער האָט נאָך געלעבט, זענען זײַנע ווערק דערשינען אויף אַ גאַנצער ריי שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט ענגליש

5. אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָט דער ייִדישער טעאַטער – וואָס האָט געשפּילט, אַוודאי, אויף ייִדיש – ברייט אָנערקענט געוואָרן אויף דער וועלט. אָט אײַך אַ בולטער בײַשפּיל פֿון דער דאָזיקער אָנערקענונג. דער אָנגעזעענער בריטישער רעזשיסאָר עדוואַרד הערני גאָרדאָן קרעג (1872–1966) האָט אין 1935 באַזוכט דעם מאָסקווער מלוכישן ייִדישן טעאַטער (גאָסעט) און זיך אָפּגערופֿן אַזוי: "איצט איז מיר קלאָר, פֿאַרוואָס איז ענגלאַנד איז ניטאָ אינעם טעאַטער קיין עכטן שעקספּיר. ווײַל דאָרטן איז ניטאָ אַזאַ אַקטיאָר, ווי מיכאָעלס".

אין דער קלאַסישער פּיעסע פֿון וויליאַם שעקספּיר "קעניג ליר", וואָס איר אויפֿפֿירונג אינעם מאָסקווער גאָסעט־טעאַטער האָט אַזוי אַנטציקט דעם בריטישן רעזשיסאָר, האָט שלמה מיכאָעלס (1890–1948) אויסגעפֿירט די הויפּט־ראָלע. אויף ייִדיש האָט די פּיעסע גלענצנדיק איבערגעזעצט דער פּאָעט שמואל האַלקין (1897–1960).

6. נאָכן חורבן, ווען דאָס אַמאָליקע היסטאָרישע ייִדישלאַנד איז אויף אַן אַכזריותדיקן אופֿן אויסגעראָטן געוואָרן, איז דער אינטערעס צו דער ייִדיש־קולטור און בפֿרט צו איר ליטעראַטור דווקא געשטיגן סײַ אין די מערבֿדיקע לענדער, סײַ אין מיזרח־אייראָפּע, וווּ דאָס דאָזיקע עקסטעריטאָריאַלע לאַנד, צעשפּרייט איבער פֿאַרשיידענע לענדער, האָט געבליט במשך פֿון הונדערטער יאָרן: קודם־כּל – אין פּוילן, ליטע, אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד.

דער דאָזיקער אינטערעס שליסט זיך ניט אויף דער פֿענאָמענאַלער פּאָפּולאַריטעט פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער (1902–1978), וועלכער האָט געוווּנען אַ נאָבעל־פּרעמיע אין ליטעראַטור. אַדרבה, עס זענען דערשינען פֿילצאָליקע איבערזעצונגען פֿון אַזעלכע ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן, ווי ישׂראל־יהושע זינגער (1893–1944), משה קולבאַק (1896–1937), דבֿורה פֿאָגעל (1902–1942), אַבֿרהם סוצקעווער (1913–2010), און אַ סך אַנדערע.

7. דער באַרימטער ייִדישער שרײַבער־קלאַסיקער שלום־עליכם (1859–1916) איז גאָר פּאָפּולער אין דער וועלט. זײַנע ווערק זענען איבערגעזעצט געוואָרן ניט נאָר אויף אייראָפּעיִשע, נאָר אויך אויף מיזרח־אַזיאַטישע שפּראַכן. דער אַמעריקאַנער מיוזיקל "דער פֿילדער אויפֿן דאַך", באַגרינדעט אויף שלום־עליכמס דערציילונגען וועגן טבֿיה דעם מילכיקער, איז געוואָרן אַ קלאַסישער מוסטער פֿון אַזאַ מוזיקאַליש־טעאַטראַלישן זשאַנער.

8. בלי־שום־ספֿק האָט די ייִדיש־קולטור שטאַרק משפּיע געווען אויף דער וועלט־קולטור אינעם געביט פֿון דער מאָדערניסטישער מאָלערײַ־קונסט. אַזעלכע נעמען, ווי מאַקס וועבער (1881–1981), ראָבערט פֿאַלק (1886–1958), מאַרק שאַגאַל (1887–1985), ישׂשכר־בער ריבאַק (1897–1935), באָריס אַראָנסאָן (1900–1980) און אַנדערע, זענען גוט באַקאַנט קונסט־מומחים און שעצער אַרום דער גאָרער וועלט.

9. אַ באַזונדערע פֿאַקטיש אומגעפֿאָרשטע, אָבער גאָר אינטערעסאַנטע טעמע איז די אומדירעקטע השפּעה פֿון דער ייִדיש־קולטור אויף אַנדערע קולטורן דורך די מחברים, וואָס זענען געווען ייִדן, געקענט ייִדיש, זענען געווען באַקאַנט מיט דער ייִדישער ליטעראַטור, נאָר געשריבן אויף אַנדערע שפּראַכן. דאָ קען מען ברענגען אַ בולטן בײַשפּיל פֿון דער רוסישער ליטעראַטור. אינעם פּאָפּולערן ראָמאַן "צוועלף בענקלעך" פֿון איליאַ אילף און יעווגעני פּיעטראָוו שרײַבט דער פּראַוואָסלאַוונער גלח פֿאָטער פֿיאָדאָר בריוולעך צו זײַן ווײַב. ס׳איז אַבסאָלוט קלאָר, אַז די מחברים האָבן איבערגעאַרבעט מחנם־מענדלס בריוו צו זײַן פֿרוי פֿון שלום־עליכמס מעשׂה "מחנם־מענדל".