Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

ייִדיש און דער ייִדן־חורבן

מע זאָגט ניט זעלטן, אַז אויב העברעיִש איז לשון־הקודש, איז ייִדיש לשון־הקדושים. די איבערוועגנדיקע מערהייט קרבנות פֿונעם חורבן האָבן טאַקע גערעדט אויף ייִדיש, הגם די נאַציסטן האָט ניט געאַרט, אויף וואָס פֿאַר אַ לשון האָבן גערעדט ייִדן – אויף ייִדיש, אויף לאַדינאָ, ווי, למשל, דאָס רובֿ ייִדן פֿון גריכנלאַנד, אָדער אויף עפּעס אַ ניט־ייִדישער שפּראַך, אײַנגעשלאָסן דײַטש.

די פֿעלדפֿלאַש, אין וועלכער זלמן גראַדאָוויסקי (1908/1909 – 1944), אַ קאַצעטניק פֿונעם קאָנצעטראַציע־לאַגער בירקענאַו־אוישוויץ, וואָס האָט געדינט לויט אַ באַפֿעל פֿון נאַציסטן אין זאָנדערקאָמאַנדע, האָט באַהאַלטן פֿאַרן אומקום זײַן טאָגבוך, וועלכן ער האָט געפֿירט אויף ייִדיש. די פֿעלדפֿלאַש איז געפֿונען געוואָרן אין אַש פֿאַרן קרעמאַטאָריום נאָך דער באַפּרײַונג פֿונעם לאַגער

דער חורבן האָט פֿאַרניכטעט 6 מיליאָן ייִדן און צוזאַמען מיט זיי דאָס עקסטעריטאָריעלע ייִדישלאַנד, וואָס האָט עקזיסטירט במשך פֿון יאָרהונדערטער אין מיזרח־אייראָפּע, וווּ אויף ייִדיש האָבן גערעדט ניט בלויז ייִדן, נאָר אָפֿטמאָל אויך קריסטן (ס'איז גענוג זיך צו דערמאָנען, אַז אין אַ גאַנצער ריי פּאָוויאַטן פֿונעם תּחום־המושבֿ האָט דער חלק פֿון ייִדן אין באַפֿעלקערונג דערגרייכט אַריבער 20 פּראָצענט). דאָס איז געווען אַ חורבן, וועלכער האָט פֿאַרניכטעט ניט בלויז מענטשן, נאָר אויך אַן אוניקאַלע אייראָפּעיִשע ייִדישע ציוויליזאַציע, אַ גאַנצע וועלט. צוליב זײַנע בפֿירוש קאַטאַבטראָפֿאַלע מאַסשטאַבן און פֿאָלגנס פֿאַרגלײַכט מען דעם דאָזיקן חורבן מיטן חורבן פֿונעם בית־השני. דער חורבן פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום האָט פֿאַרוואַנדלט די ייִדיש־רעדנער און און די טרעגער פֿון זײַן קולטור אויסער די גרענעצן פֿונעם געוועזענעם ייִדישלאַנד אין "עמיגראַנטן פֿון קיין שום אָרט". וואָס איז שייך צו די שארית־הפּליטה, וועלכע האָבן פֿאָרגעזעצט צו וווינען אין זייערע געבורטס־מקומות, טאָ זײַנען זייערע קינדער געוואַקסן אויף חורבות פֿון דער פֿאַרניכטעטער ציוויליזאַציע, אײַנזאַפּנדיק בלויז פֿראַגמענטן פֿון איר קולטור־ירושה.

בענקשאַפֿט נאָכן פֿארלאָרענעם ייִדישלאַנד האָט גורם געווען צו אַ מין ראָמאַנטישער אידעאַליזאַציע פֿועם ייִדישן שטעטל, וואָס איז געוואָרן דער הויפּט־סימבאָל פֿון ייִדישלאַנד ווי אַזאַ, הגם אשכּנזישע ייִדן האָבן געהאַט געלעבט ניט בלויז אין שטעטלעך. די בולטסטע קינסטלערישע פֿאַרקערפּערונג פֿון אָט דער ראָמאַנטישער אידעאַליזאַציע איז, וואַרשײַנלעך, געוואָרן דער באַרימטער בראָדוויי־מיוזיקל "דער פֿידלער אויפֿן דאַך". זײַן סצענאַר האָט אָנגעשריבן אין אָנהייב 60ער יאָרן דזשאָזעף סטײַן, אַ געבוירעער אין אַמעריקע זון פֿון ייִדישע עמיגראַנטן פֿון ייִדישלאַד, לויט שלום־עליכמס דערציילונגען וועגן טבֿיה דעם מילכיקן

ן אָנשוילעכע דעמאָסטראַציע פֿונעם אַנערקענען די אַלמענטשלעכע באַדײַטונג פֿון דער קולטור־טראַדיציע פֿונעם פֿאַרניכטעטן אינעם חורבן ייִדישלאַנד איז געוואָרן דאָס צואייגענען אין 1978 נאָבעל־פּרײַז פֿאַר ליטעראַטור יצחק באַשעוויס־זינגערן (1902 – 1991), וועמענס שאַפֿוג, ווי עס שטייט געשריבן אינעם באַשלוס פֿון נאָבעל־קאָמיטעט, "גייט אַוועק מיר אירע וואָרצלען אין פּויליש־ייִדישע קולטור־טראַדיציעס און אין דער זעלבער צײַט דערהייבט אייביקע פֿראַגן".

די האַנדלונג פֿון אַ באַדײַטנדיקער טייל פֿון יצחק באַשעוויס־זינגערס ווערק אַנטוויקלט זיך אַ סך יאָרן פֿאַרן חורבן. דער חורבן איז אָבער אומזעבאַר אָנוועזנד אין זיי, גלײַך ווי פּראַקטיש אין אַלע ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אָנגעשריבענע אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 20טן יאָרהונדערט. אויב אפֿילו זייער סוזשעט אַנטוויקלטט זיך אין ייִדישלאַנד לאַנג פֿאַר די 30ער – 40ער יאָרן פֿונעם פֿאָריקן יאָרהונדערט, קאָן ניט דער מחבר און דער לייענער כאָטשבי פֿון צײַט צו צײַט זיך באַפֿרײַען זיך ניט אומקערן צום געדאַנק וועגן דעם, אַז ער שרײַבט (אָדער, אַנטשפּרעכיק, לייענט) קיסטלערישע כראָניקעס פֿון אַ נעלם־געוואָרענער, פּינקטלעכער פֿאַרניכטעטער וועלט, וועלכע עקזיסטירט ניט מער.

קינסטלערישע ווערק אויף ייִדיש האָט מען געשאַפֿן אויך אומפֿאַרמײַדלעך בשעת דעם חורבן. אין דער געשיכטע פֿון דער חורבן־ליטעראַטור געהערט אַ וויכטיק אָרט דער פּאָעמע פֿונעם אומגעבראַכטן אין אוישוויץ דיכטער און דראַמאַטורג יצחק קאַצענעלסאָן (1886 – 1944) "דאָס ליד פֿונעם אויגעהרגעטן ייִדישן פֿאָלק". יעדעס יאָר אין יום הזכּרון לשואה ולגבֿורה אויף אָפֿיציעלע טרויער־צערעמאָניעס אין ישׂראל קלינגט דער ייִדישער פּאַרטיזאַנער־הימן "זאָג ניט קיינמאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועגן", וועלכער איז אָנגעשריבן געוואָרן דורכן יונגן קעמפֿער פֿון ווילנער געטאָ הירש גליק (1922 – 1944). מע זינגט אים אין העברעיִשער איבערזעצונג פֿונעם געבוירענעם אין ייִדישלאַנד גרויסן ישׂראלדיקן דיכטער אבֿרהם שליאָנסקי (1900 – 1973) און אין אָריגינאַל, אויף ייִדיש, אויף דער שפּראַך פֿונעם פֿאַרניכטעטן ייִדישלאַנד.

אינעם יום הזכּרון לשואה ולגבֿורה אין ישׂראל קלינגט אין העברעיִשער איבערזעצונג און אויף ייִדיש אויך דאָס אָנגעשריבענע אַ יאָר פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה נבֿיאישע ליד "ס'ברענט" פֿונעם אומגעקומענען בשעת ליקווידאַציע פֿון קראָקעווער געטאָ דיכטער און קאָמפּאָזיטאָר מרדכי געבירטיג (1877 – 1942). דער הימלשרײַענדיקער צורוף צום אַקטיוון ווידערשטאַנד די שׂונאים, וועלכע באַדראָען עצם דעם קיום פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, געפֿינט אַן אָפּקלאַנג אין הערצער פֿון די הײַנטצײַטיקע ישׂראלים

ס'ברענט, ברידערלעך, ס'ברענט!

די הילף איז נאָר אין אײַך אַליין געווענדט.

אויב דאָס שטעטל איז אײַך טײַער,

נעמט די כּלים – לעשט דאָס פֿײַער,

לעשט מיט אײַער אייגן בלוט,

באַווײַזט, אַז איר דאָס קענט!

בוך פון זלמן גראַדאָווסקי (אין ענגליש)