Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

קינאָ, ראַדיאָ, טעלעוויזיע

אין אַ געוויסער מאָס, זעען מער אינעם נײַעם יאָרטויזנט אַ ווידערגעבורט פֿון קינאָ אויף ייִדיש. טיילווײַז איז דאָס פֿאַרבונדן מיטן וווּקס פֿון די ייִדיש־שפּראַכיקע חסידישע קהילות. זייער פֿאַרמאַכטער שטייגער לעבן זעט אויס פֿאַרן ברייטן עולם עקזאָטיש און אינטריגירנדיק. חסידישע ייִדיש־רעדער באַווײַזן זיך אין אַזעלכע פֿילמען, ווי "רעמעאָ און דזשוליעט אויף ייִדיש" (2010), "פֿעליקס און מיירע" (2014), "מנשה" (2017), ווי אויך אינעם דײַטשיש־אַמעריקאַנער מיני־סעריאַל "אַן אומאָרטאָדאָקסישע" (2020).

דער הײַנטיקער ייִדישער שרײַבער באָריס סאַנדלער האָט אַרויסגעלאָזט אַ סעריע ווידעאָ־מאָנאָלאָגן פֿון שוין ניפֿטר־געוואָרענע ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן. די פּטירה פֿונעם אַלטן דור מחברים ווערט אָבער קאָמפּענסירט אַ דאַנק נײַע טאַלאַנטן. זייער ייִדיש־טעטיקייט ציט אויך צו דעם אינטערעס פֿון קימענאַטאָגראַפֿיסטן. צום בײַשפּיל, רעדן הײַנטיקע יונגע ייִדישסטן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער אינעם דאָקומענטאַר "ייִדיש", וואָס די פּאַריזער רעזשיסאָרין נורית אָבֿיבֿ האָט געשאַפֿן אין 2020. אַ סך שמועסן מיט הײַנטצײַטיקע ייִדישע מחברים האָט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿילמירט דער נאַציאָנאַלער ייִדישער ביכער־צענטער אין אַמהערסט און דער ליטעראַרישער אינטערנעץ־זשורנאַל "ייִדיש־בראַנזשע".

די וועכנטלעכע טעלעוויזיע־פּראָגראַם "ייִדישקייט" אין ביראָבידזשאַן אַנטהאַלט פֿאַרשיידענע מאַטעריאַלן אויף ייִדיש. די ראַדיאָ־פּראָגראַם "דאָס ייִדישע קול" גייט אַרויס יעדן מיטוואָך אין באַלטימאָר. כּמעט יעדן טאָג ווערן נײַע אוידיאָ־שמועסן פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דער אַמעריקאַנער חסידישער וועבזײַט Yiddish24, וווּ צענדליקער דיקטאָרן רעדן כּסדר אויף פֿאַרשיידנאַרטיקע טעמעס.

די דאָזיקע בײַשפּילן, ווײַט נישט אַלע, געבן די צוהערער און צוזעער אַ מעגלעכקייט זיך צו פֿאַרטאָן אין דער אַטמאָספֿער פֿונעם הײַנטצײַטיקן ייִדישלאַנד, צו זען אויף אַ דירעקטן אופֿן די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג פֿון דער שפּראַך. אַ דאַנק די חסידישע נײַעס־קאַנאַלן, קאָן מען זיך אויך באַקענען מיט די אייגנאַרטיקייטן פֿון זייער עסטרײַך־אונגערישן דיאַלעקט – דאָס מאַמע־לשון פֿון ס׳רובֿ תּושבֿים אין די חסידישע קוואַרטאַלן פֿון ניו־יאָרק און אַנדערע מקומות מיט אַ גרויסער צאָל נאַטירלעכע ייִדיש־רעדער.