Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

מענדעלע מוכר־ספֿרים

 וועגן מענדעלע מוכר־ספֿרים

(אויף רוסיש)

שלום־יעקבֿ אַבראַמאָוויטש, באַקאַנט אונטערן פּסעוודאָנים מענדעלע מוכר־ספֿרים, איז באַקאַנט ווי אַ קלאַסיקער־פּראָזאַיִקער אין צוויי ייִדישע שפּראַכן, ייִדיש און העברעיִש, דערצו ווי אַ פּיאָניר פֿון עטלעכע זשאַנערס אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור בכלל. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1836, אינעם שטעטל קאַפּוליע (קאָפּיל) – הײַנט ווײַסרוסלאַנד, אין זײַן תּקופֿה די מינסקער גובערניע פֿון רוסלאַנד. ס׳רובֿ יאָרן פֿון זײַן לעבן האָט ער אָבער פֿאַרבראַכט אין אוקראַיִנע.

אין 1867, האָט אַבראַמאָוויטש פּובליקירט אַ זאַמלונג העברעיִשע אַרטיקלען, באַטיטלט "עין משפּט"; דאָס דאָזיקע בוך האָט פֿאַקטיש פֿאַרלייגט דעם פֿונדאַמענט פֿון דער מאָדערנער ליטעראַטור־קריטיק אי אויף העברעיִש, אי אויף ייִדיש. זײַן קורצער ראָמען "די קליאַטשע" איז געווען, אַפּנים, דאָס ערשטע ליטעראַרישע ווערק אויף ייִדיש, וואָס האָט צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿונעם ניט־ייִדישן עולם. אין 1880 האָט אים דער רוסישער פּאָעט איוואַן בונין איבערזעצט אויף רוסיש, און אין 1886 – דער פּוילישער שרײַבער קלעמענס יונאָשאַ (שאַניאַווסקי) איבערגעזעצט אויף פּויליש.

אַבראַמאָוויטש, שפּעטער באַקאַנט פּשוט ווי מענדעלע, האָט אָנגעהויבן זײַן ליטעראַרישע טעטיקייט אויף העברעיִש. זײַן ערשט ווערק אויף ייִדיש, די דערציילונג "דאָס קליינע מענטשעלע", איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין 1864 אין דער צײַטונג "קול מבֿשׂר". די משׂכּילים האָבן אין יענער צײַט גרינגגעשעצט און פֿאַראַכט ייִדיש. אַ סך פֿון זיי האָבן געמיינט, אַז מענדעלעס ווערק אויף דער דאָזיקער שפּראַך קלינגט, כּלומרשט, צו "עליטיסטיש" פֿאַר די עם־הארצישע לייענער, וואָס קענען ניט קיין לשון־קודש, רוסיש, דײַטשיש צי פּויליש

למעשׂה, האָט מענדעלעס עקספּערימענטאַלער "עליטיזם" דווקא דערוויזן מיט דערפֿאָלג, אַז ייִדיש טויג פֿאַר אַן ערנסטער ליטעראַטור, און געוואָרן אַ יסוד פֿון אַלע ווײַטערדיקע מוסטערווערק פֿון ייִדישער פּראָזע. ניט צופֿעליק האָט אים שלום־עליכם אָנגערופֿן "דער זיידע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור". מוכר־ספֿרימס וויכטיקסטע ווערק זענען צוויי ראָמאַנען: "מסעות בנימין השלישי" און "פֿישקע דער קרומער".

מענדעלע מוכר־ספֿרים איז ניפֿטר געוואָרן אינעם יאָר 1917 אין אָדעס, וווּ ער האָט געוווינט במשך פֿון אַ סך יאָר. אין עטלעכע ישׂראלדיקע שטעט זענען פֿאַראַן גאַסן, וואָס טראָגן זײַן נאָמען, אַרײַנגערעכנט ירושלים, תּל־אָבֿיבֿ, הרצליה, קרית־ים, רעננה, בת־ים, רחובֿות און חולון.