Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

די ייִדישע ליטעראַטור

יצחק־לייבוש פּרץ

מענדעלע מוכר־ספֿרים

חיים־נחמן ביאַליק

הײַנטיקע ליטעראַטור

 שלום־עליכם

די ייִדישע ליטעראַטור שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אוניקאַלן קולטורעלן פֿענאָמען, זענענדיק איינצײַטיק אַ באַשטאַנדטייל פֿון דער פֿילשפּראַכיקער ליטעראַטור פֿונעם ייִדישן פֿאָלק און איינע פֿון די אייראָפּעיִשע ליטעראַטור. אויף אַזאַ אופֿן ציִען זיך די מיטל־מיזרחדיקע וואָרצלען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין דער טיף פֿון יאָרטויזנטער, נאָר די ייִדישע ליטעראַטור גופֿא איז געבוירן געוואָרן אין מיטלאַלטערלעכער אייראָפּע.

אין דער אַמעריקאַנער מעטראָ פֿון די 1930ער 

די אָרגאַנישע פֿאַרבינדונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור מיט לשון־קודשדיקע ליטעראַטור־דענקמעלער האָט נאַטירלעך געשטאַמט פֿון דער כאַראַקטעריסטישער פֿאַר דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער געזעלשאַפֿט דיגלאָסיע, אין וועלכער דעם לשון־קודש האָט אָנגעהערט די פֿונקציע פֿון אַ "הויכער שפּראַך", וואָס האָט דאָמינירט אין געביט פֿון רעליגיע און פֿון דירעקט באַרבונדענע מיט דער רעליגיע ליטעראַטור־זשאַנערן (למשל, פּיוט). די דאָזיקע פֿאַרבינדונג האָט געבאָרן ספּעציפֿישע פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור גענג, אַזעלכע ווי ציטירן אין ייִדישע טעקסטן לשון־קודשדיקע מקורים מיט אַ נאָכגייענדיקער איבערזעצוג אין ייִדיש כּדי שאַפֿן אַן עפֿעקט פֿון אַ האַסטיקן איבערגאַנג פֿונעם "הויכן" סטיל צום "נידעריקן". דערבײַ האָט אַן אומפּינקלעכע איבערזעצוג אָפֿטמאָל געדינט ווי אַ מיטל צו דערגרייכן אַ הומאָריסטישן עפֿעקט. אַ בולטער מוסטער פֿונעם אויסנוצן דעם דאָזיקן גאַנג איז דער אָנהייב פֿון שלום־עליכמס דערציילונג "דער פֿאַרכּישופֿטער שנײַדער": 

"איש היה בזלאָדיובֿקי – אַ מענטש איז געווען אין זלאָדייעווקע, אַ שטעטל, וואָס ליגט אין דער סבֿיבֿה פֿון מאַזעפּעווקע, נישט ווײַט פֿון כאַפּלאַפּאָוויטש און קאָזאָדאָיעווקע, צווישן יאַמפּאָלי און צווישן סטרישטש, פּונקט אויף דעם וועג, וואָס מע פֿאָרט פון פּישי־יאַבעדע דורך פּעטשי־כוואָסט קיין טעטרעוועץ און פֿון דאָרטן קיין יעהופּעץ; ושמו שמעון אליהו – און זײַן נאָמען איז שימעון־אלי, און גערופֿן האָט מען אים "שמעון־אלי שמע־קולנו", מחמת בײַם דעוונען אין שול האָט ער געהאַט אַ טבֿע שרײַען, ארבעטן, זינגען, ציקלען זיך אויף קולי־קולות. והיה האיש חייט – און געווען איז דער מענטש אַ שנײַדער, נישט, חלילה, פֿון די געהויבענע שנײַדערס, וואָס נייען נאָכן "טאַבעלטיר", וואָס מע רופֿט דאָס "זשורנאַל", נאָר אַ שנײַדער אַ לאַטוטניק".

כראָנאָלאָגיש קאָן די ייִדישע ליטעראַטור צעטיילט ווערן אויף דער "אַלטער" (ביזן אָנהייב 19טן יאָרהונדערט) און "נײַער" ליטעראַטור. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ גאַנצער ריי אַנדערע אייראָפּעיִשע ליטעראַטורן פֿונעם אַנטשפּרעכיקן פּעריאָד איז די אַלט־ייִדישע ליטעראַטור גאַנץ רײַך. זי שליסט אין זיך אײַן פֿילצאָליקע ווערק פֿון פֿאַרשיידענע זשאַנערן: פּראָזאַיִשע און פּאָעטישע איבערטײַטשונגען פֿון תּנ"ך־טעקסטן, מעשׂיות, ייִדישע אַדאַפּטאַציעס פֿון ריטער־ראָמאַנען, מעמואַרן, פּורים־שפּילן, רײַזע־באַשרײַבונגען, געשיכטעס וועגן צדיקים. אַדאַנק דער מאַסן־גראַמאָטנעקייט פֿון ייִדן – סײַ מאַנצבלען, סײַ פֿרויען – האָבן די דאָזיקע ווערק געפֿונען אַ ברייטן לייענער־עולם. לכתּחילה האָבן די דאָזיקע ווערק זיך פֿאַרשפּרייט האַנטגעשריבנע, און זינט דעם 16טן יאָרהונדערט האָט מען זיי אָנגעהויבן דרוקן אין דרוקערײַען (אַזוי, למשל, איז אליהו דעם בחורס "באָווע־בוך" אָנגעשריבן געוואָרן אין 1507 – 1508, און אין 1541 איז דאָס בוך צום ערשטן מאָל אָפּגעדרוקט געוואָרן). די אַנטוויקלונג פֿונעם ביכערדרוק אויף ייִדיש האָט מיטגעהאָלפֿן דעם אָפּמעקן לאָקאַלע דיאַלעקן־אונטערשיידן און פֿאָרמירן אַ פֿאַרהעלטישמעסיק איינהאַלטלעכן ייִדישן שבּכּתבֿ־סטיל

די אַנטשטייונג פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור איז פֿאַרבונדן מיט מאָדערניזאַציע פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט אין אייראָפּע און מיט דער טעטיקײַט פֿון השׂכּלה־באַוועגונג. בײַם אָנהייב פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור זײַנען געשטאַנען די משׂכּילים יצחק־בער לעווינזאָן (1788 – 1860), שלמה עטינגער (1893 – 1856) און אבֿרהם־בער גאָטלאָבער (1811 – 1899). אַ ברייטע פּאָפּולערקייט האָט די נײַע ייִדישע ליטעראַטור דערוואָרבן אַדאַנק דער שאַפֿונג פֿון די פֿרוכטבאַרע פּראָזאַיִקערס ישׂראל אַקסנפֿעלד (1787 – 1866) און אײַזיק־מאיר דיק (1814 – 1893).

ניט געקוקט אויף דעם, וואָס עס האָט זיך באַוויזן אַ מאַסן־לייענערשאַפֿט בײַ דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור, ביזן דריטן פֿערטל פֿונעם 19טן יאָרהונדערט איז זי אָפּגעשטאַנען אין איר אַנטוויקלונג אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿירנדיקע אייראָפּעיִשע ליטעראַטורן. אויף אַ קוואַליטאַטיוו נײַעם ניוואָ האָט די ייִדישע פּראָזע אַרויפֿגעפֿירט די שאַפֿונג פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים (1836 – 1917), וועלכן שלום־עליכם האָט אָנגערופֿן "דער זיידע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור". זײַן גרעסערע דערציילונג "די קליאַטשע" האָט צוגעצויגן די אויפֿמערקזאַמקייט ניט בלויז פֿון ייִדישע, נאָר אויך פֿון קריסטלעכע לייענער (אין איבערזעצונגען). נאָך מענדעלען זײַנען אין דער ייִדישער פּראָזע געקומען יצחק־לייבוש פּרץ (1852 – 1915) און שלום־עליכם (1859 – 1916). דווקאַ אָט די דרײַ האַלט מען מיט רעכט פֿאַר קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער פּראָזע.

אין די 70ער יאָרן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט האָט דער דראַמאַטורג אבֿרהם גאָלדפֿאַדען (1840 – 1908) געשאַפֿן אַ פּראָפֿעסיאָנעלן ייִדישן טעאַטער. אין המשך האָבן אַ באַדײַטנדיקן בײַטראָג אין דער ייִדישער דראַמאַטורגיע געמאַכט אויך שלום־עליכם און יצחק־לייבוש פּרץ.

די ייִדישע דיכטונג איז עטוואָס אָפּגעשטאַנען אין איר אַנטוויקלונג פֿון דער פּראָזע און דראמאַטורגיע. ביז דער צווייטער העלפֿט פֿון די 80ער יאָרן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט זײַנען אירע ווערק געבליבן האַלב־פֿאָלקלאָריש לויט זייער סטיל. אַזוי האָבן געשריבן די פּאָפּולערע אַמאָל פּאָעטן מיכל גאָרדאָן (1823 – 1890) און אליקום צונזער (1836 – 1913). אויפֿן ניוואָ פֿון אַנטוויקלטע אייראָפּעיִשע ליטעראַטורן איז די ייִדישע דיכטונג אַרויס אַדאַנק דער שאַפֿונג פֿון שמעון־שמואל פֿרוג (1869 – 1916), וועלכער האָט געשריבן פּאַראַלעל אויך אויף רוסיש. אַ באַדײַטנדיקע געשעעניש אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער דיכטונג איז געוואָרן יצחק־לייבוש פּרצעס פּאָעמע "מאָניש".

ניט געקוקט אויפֿן אומצווייפֿלדיקן דערפֿאָלג פֿון פֿרוגס דיכטונג, האָט ייִדיש נאָך אַלץ געליטן פֿון קליימע פֿון אַ "נידעריקער שפּראַך", וועלכע פּאַסט ניט פֿאַר "הויכער פּאָעזיע". פֿרוג אַליין האָט מיט אַ ווייטיקפֿולער שאַרפֿקייט איבערגעגעבן אינעם ליד "מײַן עפּיטאַפֿיע" דאָס געפֿיל פֿון אַ סתּירה צווישן די הויכע שטרעבונגען פֿון דיכטער און דער נידעריקער שפּראַך, וואָס איז זײַן אינסטרומענט. אָט דער סטערעאָטיפּ בנוגע צו ייִדיש איז ענדלעך רויִנירט געוואָרן דורך חיים־נחמן ביאַליק, וועלכן מע האַלט מיט רעכט פֿאַר אַ קלאַסיקער פֿון דער נײַער העברעיִשער דיכטונג. דער קאָרפּוס פֿון זײַנע ייִדישע ווערק איז ניט גרויס, נאָר ביז גאָר באַדײַטנדיק. נאָך דעם, ווי אין 1906 איז דערשינען ביאַליקס בוך "פֿון צער און צאָרן", אין וועלכן עס זײַנען אַרײַן די פּאָעמע "אין שחיטה־שטאָט" און דאָס ליד "דאָס לעצטע וואָרט", וואָס האָט ניט קיין העברעיִשן וואַריאַנט, האָבן זיך אײַנגעשטילט אַלע דיבורים וועגן דעם, אַז ייִדיש פּאַסט ניט כּלומרשט פֿאַר הויכער פּאָעזיע.

אין אָנהייב 20טן יאָרהונדערט אַדאָפּטירט די ייִדישע ליטעראַטור האַסטיק און שעפֿעריש אַנטוויקלט דערגרייכונגען פֿונעם אייראָפּעיִשן מאָדערניזם. איינע נאָך אַן אַנדערער אַנטשטייען מאָדערניסטישע ליטעראַטור־גרופּן. די ערשטע צווישן זיי איז געווען די געשאַפֿענע דורך ייִדישע עמיגראַנטן אין פֿש"אַ ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה גרופּע "די יונגע", מיטגלידער פֿון וועלכער עס זײַנען געווען מאַני לייב (1883 – 1953), זישע לאַנדאַו (1889 – 1937), דוד איגנאַטאָוו (1885 – 1954), משה־לייב האַלפּערן (1886 – 1932) אא. מע דאַרף דערמאָנען אויך "די קיִעווער גרופּע", וועלכע האָט עקזיסטירט אין סאַמע ברען פֿונעם בירגער־קריג אויף אוקראַיִנע. אין איר זײַנען אַרײַן דוד בערגעלסאָן (1884 – 1952), דוד האָפֿשטיין (1889 – 1952), לייב קוויטקאָ (1890 – 1952) אא. אין אָנהייב 20ער יאָרן פֿונעם פֿאָריקן יאָרהונדערט איז אין וואַרשע אַנשטאַנען די גרופּע "כאַליאַסטרע" אין באַשטאַנד פֿון אורי־צבֿי גרינבערג (1896 – 1981), פּרץ מאַרקיש (1895 – 1952) און מלך ראַוויטש (1893 – 1976). בערך אין דער זעלבער צײַט איז אַנשטאַנען די ניו־יאָרקער גרופּע "אין זיך", אין באַשטאַנד פֿון יעקבֿ גלאַטשטיין (1896 – 1971), אהרן גלאַנץ־לעיעלעס (1889 – 1966) און נחום־ברוך מינקאָוו (1898 – 1958).

די ערשטע העלפֿט – און די מיט פֿונעם 20טן יאָרהונדערט דאָס איז די תּקופֿה פֿונעם מאַקסימאַלן אויפֿבלי פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין אַלע אירע זשאַנערן. בולטע נעמען זײַנען אין איר געווען אַזוי פֿיל, אַז ס'איז אוממעגלעך איבערצוציילן זיי אַלע אין ראַמען פֿון אַ קורצן איבערזיכט. בלויז אייניקע פֿון זיי זײַנען אַדאַנק איבערזעצונגען מער אָדער ווייניקער באַקאַנט יענע, וואָס לייענען ניט ייִדיש: שלום אַש (1880 – 1957), ישׂראל־יהושע זינגער (1893 – 1944), קאַדיע מאָלאָדאָווסקי (1894 – 1975), איציק מאַנגער (1901 – 1969), יצחק באַשעוויס־זינגער (1902 – 1991), חיים גראַדע (1910 – 1982), אבֿרהם סוצקעווער (1913 – 2010). נאָך מער – די געשיכטע פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור איז נאָך ניט אָנגעשריבן.

צום סוף פֿונעם 20טן יאָרהונדערט פּאַראַלעל מיט אַ גיכער פֿאַרקלענערונג פֿון דער צאָל ייִדיש־רעדנער פֿאַרקלענערט זיך האַסטיק אויך די צאָל מחברים, וועלכע שאַפֿן זייערע ווערק אויף דער דאָזיקער שפּראַך. פֿונדעסטוועגן עקזיסטירט די ייִדישע ליטעראַטור אויך איצט. צווישן אירע הײַנטצײַטיקע מחברים זײַנען פֿאַראַן סײַ נאַטירלעכע טרעגער פֿון דער שפּראַך, סײַ יענע, וואָס האָבן אויסגעלערנט ייִדיש אַלס צווייטע שפּראַך: אויף קורסן, אין אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן אָדער זעלבסטשטענדיק. הײַנט־צו־טאָג דערשײַנט אויף ייִדיש (אין צוויי טיראַזשן – אין ישׂראל און שוועדן) דער ליטעראַרישער קוואַרטאַלניק "ייִדישלאַנד". אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט ווערט אויף רוסיש און ייִדיש אַרויסגעגעבן דאָס ליטעראַרישע יאָרבוך "ביראָבידזשאַן", און אין ניו־יאָרק פֿונקציאָנירט אַ ליטעראַרישער אינטערנעץ־פּאָרטאַל "ייִדיש בראַנזשע".