Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

סידי טאַל (שׂרהלע בירקענטאַל)

שׂרהלע בירקענטאַל איז געבוירן געוואָרן דעם 8טן סעפּטערבער, 1912, אין טשערנאָוויץ (דעמאָלט עסטרײַך־אונגערן, הײַנט אוקראַיִנע).
נאָך זײַענדיק אַ קליין מיידל, האָט זי אַרויסגעוויזן אַ גרויסן אַרטיסטישן טאַלאַנט: געזונגען, געטאַנצט, אויפֿגעטראָטן מיט קאָמישע און הומאָריסטישע סצענקעס. זי האָט באַזוכט רעפּעטיציעס פֿון דער אָרטיקער טעאַטראַלישער טרופּע, גוט פֿאַרגעדענקענדיק דאָרט אַלע לידער און מאָנאָלאָגן; זי פֿלעגט גענוי זיי איבערחזרן אין דער היים פֿאַר אירע קרובֿים און פֿרײַנד. האָבנדיקע אַ גוטע שטימע, האָט זי בײַ 12 יאָר אָנגעהויבן זינגען אין אַ קינדער־כאָר בײַ אַ שיל. נאָך דער פֿאָלק־שול איז זי געגאַנגען אין אַ גימנאַזיע; אין דער זעלבער צײַט, האָט זי אָנגעהויבן זיך לערנען אין אַ באַלעט־סטודיע. ווען זי איז געוואָרן 14 יאָר אַלט, האָט שׂרה קענער (1882-1959) זי אײַנגעשלאָסן אין איר ייִדישער טרופּע.
איר ערשטע ראָלע האָט שׂרהלע אויסגעפֿירט אין אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס אָפּערעטע "שולמית". שפּעטער איז זי אַריבער אין פּנחס פֿרידמאַנס טרופּע, וואָס זי האָט מיט גרויס דערפֿאָלג געשפּילט די ראָלעס פֿון יתומים און חסידישע חדר־ייִנגלעך. בײַ 16 יאָר איז זי געוואָרן אַן אַקטריסע פֿונעם טשעראָניוויצער ייִדישן טעאַטער. נאָכן פֿאַרענדיקן די כאָרעאָגראַפֿישע שול אין בוקאַרעשט, וווּ זי האָט שטודירט אין 1930 – 1931, איז זי אַרײַן אינעם בוקאַרעשטער טעאַטער "ראָקסי". אונטערן פּסעוודאָנים סידי טאַל, וואָס איז געוואָרן איר שטענדיקער סצענישער נאָמען, האָט זי אויפֿגעטראָטן אין הויפּט־ראָלעס אויף דער בינע פֿונעם באַרימטן זאַל "פּאָמול ווערדע", און אַרומגעפֿאָרן מיט דער טרופּע איבער אַנדערע רומענישע שטעט.
אין דער ערשטער העלפֿט פֿון די 1930ער יאָרן, האָט זיך סידי טאַל אומגעקערט אינעם ייִדישן טעאַטער פֿון טשערנאָוויץ, אָנגעפֿירט דורך איר קומענדיקן מאַן פּנחס פֿאַליק (אמתער נאָמען רייפֿער). אין 1935 האָט מען זי פֿאַרבעטן אינעם בוקאַרעשטער ייִדישן עסטראַדע־ און אָפּערעטע־טעאַטער. דער דירעקטאָר איז דאָרט געווען דער גוט באַקאַנטער רעזשיסאָר און ייִדישער דיכטער יעקבֿ שטערנבערג, וועלכער האָט אָפּגעשפּילט אַ שליסל־ראָלע אין סידי טאַלס שעפֿעריש לעבן. אין דער זעלבער צײַט, איז פֿאַליק געוואָרן זײַן פֿאַרטרעטער. גלײַך פֿאַר דער נאַצי־אָקופּאַציע פֿון דער סאָוועטישער מאָלדאָווע, וואָס האָט אויסגעבראָכן אין יולי 1941, האָט ער אָנגאַניזירט די עוואַקואַציע פֿונעם מאָלדאַווישן ייִדישן טעאַטער קיין אוזבעקיסטאַן. אין יענער צײַט איז סידי טאַל שוין געהאַט אַ וועלט־פּירסום. אין נאָוועמבער 1941 האָבן טאַל און פֿאַליק חתונה געהאַט.
אין 1941-1942 האָבן סידי טאַל און פֿאַליק געשאַפֿן צוזאַמען אַ טעאַטראַלע בריגאַדע בײַ דער אוזבעקישער קינאָ־סטודיע; ווי אַ טייל פֿון דער בריגאַדע, איז טאַל אויפֿגעטראָטן אין אַ סך מיליטערישע שפּיטעלער (איבער 400 קאָנצערטן). זי האָט געזונגען ייִדישע, גרוזינישע און אוזבעקישע פֿאָלקס־לידער פֿאַר פֿאַרוווּנדערע סאָוועטישע סאָלדאַטן. אין 1943 האָט זי געשאַפֿן דעם ייִדישן עסטראַדע־אַנסאַמבל "רעוויו" בײַם טאַשקענטער ביוראָ פֿאַר עסטראַדע און קאָנצערטן. בעת דער מלחמה, ביז 1945, האָט זי געזונגען און געשפּילט מיט דער דאָזיקער גרופּע איבער דער סאָוועטישער צענטראַל־אַזיע, אויפֿן קאַווקאַז, אוראַל און אין סיביר, ווי אויף מיליטערישע באַזעס, שפּיטעלער פֿאַר פֿאַרוווּנדעטע און פֿאַר סאָלדאַטן, וואָס האָבן זיי געגרייט אַרויסצוגיין אויפֿן פֿראָנט (בסך־הכּל 975 אויפֿטריטן).
אין מאַרץ 1945, כּמעט בײַם סוף פֿון דער מלחמה, האָבן סידי טאַל, איר מאַן און אַקיאָרן פֿון זייער טרופּע זיך אומגעקערט פֿון טאַשקענט קיין טשערנאָוויץ. מיכאַיִל קאָסטיאַנסקי, דער דירעקטאָר פֿון דער טשערנאָוויצער געגנטלעכער פֿילהאַראָמאָניע, האָט אײַנגעשלאָסן די אַרטיסטן אינעם שטאַט פֿונעם ייִדישן מיניאַטור־טעאַטער; פּנחס פֿאַליק איז געוואָרן קאָסטיאַנסקיס ממלא־מקום. צום באַדויערן, האָט די רעגירונג פֿון דער אוקראַיִנישער סאָוועטישער רעפּובליק באַפֿוילן אין 1952 צו פֿאַרמאַכן דעם טעאַטער; פֿון די פֿילצאָליקע אַקטיאָרן זענען אויף דער בינע געבליבן בלויז דרײַ: סידי טאַל, די זינגערין ראַיִסאַ מאָסטאָסלאַווסקאַיאַ און דער דעקלאַמאַטאָר יעקבֿ גאָלדמאַן.
טאַל האָט גאַסטראָלירט אין אַ סך סאָוועטישע שטעט, ווי אויך אין רומעניע, פּוילן און אונגערן, אויפֿגעטראָטן אין אָפּערעטעס, געזונגען פֿאַרשיידנאַרטיקע ייִדישע לידער. אויף אירע קאָנצערטן האָט זי אָפֿט אויסגעזונגען אַבֿרהם נוגערס באַלאַדע "דער מאַמעס האַרץ" – אַ קלאָג־ליד פֿון אַ מאַמען, וואָס האָט פֿאַרלוירן אירע קינדער אין באַבי־יאָר. די חורבן־טעמע האָט פֿאַרנומען אַ גרויס אָרט אין איר שעפֿערישער אַרבעט. טאַלס אַרטיסטישן טאַלאַנט האָבן הויך אָפּגעשאַצט אַזעלכע פּראָמינענטע טעאַטראַלישע שטערן, ווי שלמה מיכאָעלס, אַרקאַדי רײַקין און לעאָניד אוטיאָסאָוו. פֿון איר זײַט, איז זי געווען אַ גײַסטיקע און אַרטיסטישע מורת־דרך פֿון סאָפֿיִאַ ראָטאַרו, דוד סטעפּאַנאָווסקי און אַנדערע ייִנגערע אַרטיסטן.
סידי טאַל, וואָס האָט אין 1965 באַקומען דעם טיטל פֿון אַ פֿאַרדינסטפֿולער אַרטיסטקע פֿון דער אוקראָיִנישער סאָוועטישער רעפּובליק, איז ניפֿטר געוואָרן דעם 17סטן אויגוסט פֿונעם יאָר 1983. אַ סך באַרימטע אַקטיִאָרן, מוזיקער, שרײַבער און כּלל־טוער האָבן געשיקט בריוו און טעלעגראַמען מיט נחמה־ווערטער צו איר אַלמן, פּנחס פֿאַליק. בתוכם זענען געווען: אַרקאַדי רײַקין, מאַריִאַ מיראָנאָוואַ, ראָמאַן קאַרצעוו, מיכאַיִל זשוואַנעצקי, אַדאַ ראָגאָווצעוואַ, סערגיי אָבראַזצאָוו, סוויאַטאָסלאַוו ריכטער, עמיל גילעלס, ניקיטאַ באָגאָסלאָווסקי, ליודמילאַ זיקינאַ, יוסף קאָבזאָן, עדיטאַ פּיעכאַ א״אַ. אויף דער צענטראַלער אַליי פֿונעם טשערנאָוויצער שטאָטישן בית־עולם שטייט אַ דענקמאָל לכּבֿוד איר; מיט מעמאָריאַלע טאָוולען וועגן איר זענען באַצירט דאָס הויז, וווּ זי האָט געוווינט, און דער פֿאַסאַד פֿון דער טשערנאָוויצער געגנטלעכער פֿילהאַרמאָניע. אין דער שטאָט איז פֿאַראַן אויך אַ גאַס, וואָס טראָגט איר נאָמען.
אַ ריי זינגלידער און דיכטונג־ווערק אויף ייִדיש, וואָס סידי טאַל האָט אויסגעזונגען און פֿאָרגעלייענט, זענען אָפּגעהיט געוואָרן אויף פּלאַטעס. מיר לייגן פֿאָר די לייענער פֿון אונדזער וועבזײַט אויסצוהערן די דאָזיקע היסטאָרישע רעקאָרדירונגען, וואָס מיר האָבן סיסטעמאַטיש רעקאָנסרויִרט. יעדער ווידעאָ־פֿראַגמענט איז באַגלייט מיט סידי טאַלס פּאָרטרעטן, אַפֿישן פֿון אירע קאָנצערטן און אַנדערע אוניקאַלע אַרכיוו־פֿאָטאָס.
אין דער צוקונפֿט פּלאַנירן מיר צו פֿאַרעפֿנטעכן מער פּרטימדיקע מאַטעריאַלן וועגן דעם לעבן און שאַפֿן פֿון דער דאָזיקער גרויסער אַקטריסע, וועלכע האָט געשפּילט גאָר אַ וויכטיקע ראָלע אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער און אין דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור.