Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

מוזיק

משה בערעגאָווסקי

לייב פּולווער

דמיטרי שאָסטאַקאָװיטש

נחמה ליפֿשיץ

איזאַ קרעמער

סידי טאַל

כּלי־זמר־מוזיק

לאָמיר זיך פֿאָרשטעלן אַ ייִדיש שטעטל אינעם מיט־18טן אָדער אָנהייב־19טן יאָרהונדערט, ערגעץ אין אוקראַיִנע צי רײַסן, פּוילן אָדער ליטע. אַ ייִדישע מאַמע זינגט איר עופֿעלע אַ וויגליד. דאָס קינד הייבט שוין אָן פֿאַרשטיין און פֿאַרגעדענקען די ייִדישע ווערטער. זײַן מאַמע־לשון, ייִדיש, וועט ווערן די כּלי, דורך וועלכן ער וועט באַנעמען אַלצדינג אויף דער וועלט. זײַן גאַנץ לעבן וועט דאָס דאָזיקע ייִנגל אָדער מיידל רעדן און טראַכטן אויף ייִדיש.

ווער האָט געשאַפֿן די ווערטער פֿונעם ליד, דעם ניגון? ווער און ווען האָט צונויפֿגעפֿלאָכטן די מעלאָדיע מיטן טעקסט? מסתּמא, וועלן מיר קיינמאָל ניט וויסן, נאָר יענע לידער, איבערגעגעבן פֿון דור צו דור, האָבן זיך דערקליבן ביז אונדזער צײַט.

די ייִדישע פֿאָלקס־מוזיקער – די כּלי־זמרים – פֿלעגן שפּילן זייערע ניגונים אָן קיין ווערטער אויף חתונות און אַנדערע שׂימחות. ניט ווייסנדיק די נאָטן, האָבן זיי פֿאַרגעדענקט די מעלאָדיעס אויף אויסנווייניק. אַ סך שפּעטער, אינעם פֿריִיִקן 20טן יאָרהונדערט, האָבן זיך באַוויזן אַזעלכע פֿיגורן, ווי משה בערעגאָווסקי. במשך פֿון יאָרן און אַפֿילו צענדליקער יאָר האָט ער געוואַנדערט צווישן די שטעטלעך, כּדי צו זאַמלען און דערנאָך צו פֿאַרעפֿנטלעכן די דאָזיקע לידער און ניגונים, כּדי אָפּצוהיטן די פּרײַזלאָזע מוזיקאַלישע ירושה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק – דעם קרבן פֿון פּאָגראָמען און אַלערליי צרות.

פֿאַר בערעגאָווסקין, גלײַך פֿאַרן אָנפֿאַנג פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, איז אין מיזרח־אייראָפּע אויפֿגעקומען דער ייִדישער טעאַטער. אַ טייל פֿון זײַנע שאַפֿער זענען אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע און געוואָרן די גרינדער פֿון צענדליקער דאָרטיקע טעאַטערס, וווּ זיי אַליין און אַנדערע ייִדן האָבן געשפּילט, פֿאַרשטייט זיך,אויך אויף ייִדיש.

אַן אַנדער וויכטיקע פֿיגור האָט זיך באַוויזן צוזאַמען מיט די ייִדישע אַקטיאָרן און רעזשיסאָרן: דער קאָמפּאָזיטאָר. אַוודאי, איז ער דער מיט־רעזשיסאָר פֿון די ספּעקטאַקלען; אָן דעם מוזיקאַלישן אַספּעקט איז אוממעגלעך זיי זיך פֿאָרצושטעלן. די פֿריִיִקע מוזיקאַלישע פֿאָלק־ספּעקטאַקלען האָבן פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿון די פּראָפֿעסיאָנעלע בראָדווי־מיוזיקלס.

אַן אמתער כּל־בוניק איז געווען דער סאָוועטישער קאָמפּאָזיטאָר לייב (לעוו) פּוּלווער. ער האָט געשאַפֿן די מוזיק פֿון כּמעט אַלע אויפֿפֿירונגען, וואָס מע האָט געשפּילט אינעם מאָסקווער מלוכישן ייִדישן טעאַטער (גאָסעט). צווישן די פּראָפֿעסיאָנעלע זינגער פֿון ייִדישע לידער איז איזאַ קרעמער זיכער געווען איינע פֿון די העלסטע שטערן. פֿונדעסטוועגן, האָט יענע מוזיק, פֿאַרבונדן מיט ייִדיש און דער ייִדישער קולטור, זיך גענייטיקט אין נאָך אַ שטאַפּל, איידער זי איז געוואָרן אַ נאַטירלעכער טייל פֿון דער קלאַסישער וועלט־קולטור.

ווען סטאַלין מיט זײַנע שותּפֿים האָבן אַכזריותדיק אומגעבראַכט שלמה מיכאָעלסן, אַ גרויסן מנהיג פֿון דער ייִדישער אינטעליגענץ, האָבן זיי פּלאַנירט אויך צו דערהרגענען די בעסטע ייִדישע דיכטער און שרײַבער. אין יענער פֿינצטערער צײַט האָט דער געניעלער רוסישער קאָמפּאָזיטאָר דמיטרי שאָסטאַקאָוויטש זיך געגעבן אַן עצה אײַנצופֿירן עלעמענטן פֿון ייִדישער פֿאָלקס־מוזיק אין זײַן אייגענער מוזיקאַלישער שפּראַך.

שאָסטאַקאָוויש האָט געשאַפֿן וואָקאַלע און אינסטרומענטאַלע מוזיק־ווערק, וואָס דריקן אויס די טיפֿסטע טראַגעדיע מיט די טענער פֿון ייִדישע פֿאָלקס־ניגונים. ווי אַ גרויסער קינסטלער, האָט ער דערשפּירט, אַז די דאָזיקע ריין־אינסטרומענטאַלע מוזיק איז מסוגל אָפּצושפּיגלען די עמאָציעס פֿון אירע שאַפֿער בעסער פֿון וועלכע־ניט־איז ווערטער. זײַן וווּנדערלעכע ווערק, אָנערקענט ווי וועלט־קלאַסישע, זענען אײַנגעוואָרצלט אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער קולטור.

אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 20טן יאָרהונדערט האָט דער בראָדוויי־מיוזיקל "דער פֿידלער אויפֿן דאַך" גוואַלדיק אויסגענומען אין דער גאָרער וועלט ווי אַ מוסטערווערק פֿונעם דאָזיקן זשאַנער. דאָס איז אַ דערווײַז, אַז שלום־עליכמס פּערסאָנאַזשן, וואָס האָבן לכתּחילה גערעדט אויף ייִדיש, בלײַבן צוציִעוודיק אַפֿילו אין דער מאָדערנער תּקופֿה פֿון קאָסמישע נסיעות און קאָמפּיוטערישע טעכנאָלאָגיעס. דאָס מיינט, אַז ייִדיש און די ייִדישע קולטור זענען ניט קיין אַרכאַיִשע אַנטיקן, נאָר בלײַבן אייביק לעבעדיק. די כּלי־זמרישע מוזיק בליט הײַנט אויך און ציט צו טויזנטער ליבהאָבער אויף פֿאַרשיידענע פֿעסטיוואַלן און קאָנצערטן איבערן גאַנצן ערדקײַלעך.