Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

דער חורבן פֿונעם ייִאַק

דעם 24סטן דעצעמבער, אינעם יאָר 1948, האָט סטאַלינס פּאָליציי אָנגעהויבן אַרעסטירן די מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. מע האָט זיי געבראַכט אינעם לוביאַנקע־בנין, דעם הויפּט־שטאַב פֿון דער סאָוועטישער געהיימער פּאָליציי, וווּ זיי זענען געזעסן מער ווי פֿיר יאָר בשעת די אויספֿאָרשונגען, און זיך געמאַטערט פֿון כּסדרדיקע שווערע פֿאַרהערן. די אויספֿאָרשונג־פּראָטאָקאָלן האָט מען געשיקט דירעקט צו סטאַלינען.

מע האָט זיי באַשולדיקט אין די סאַמע אומגלייבלעכע כּלומרשטע פֿאַרברעכנס. צום באַשפּײַל, איז דער אַקטיאָר בנימין זוסקין שפּעטער צעשאָסן געוואָרן פֿאַרן "אויפֿרייצן נאַציאָנאַליסטישע געפֿילן בײַם ייִדישן עולם צוליב דעם, וואָס ער, צוזאַמען מיט מיכאָעלסן, האָט אויפֿגעפֿירט אין זײַן טעאַטער ספּעקטאַקלען, וואָס לויבן דאָס ייִדישע אַמאָל, שטעטלדיקע טראַדיציעס, דעם לעבנס־שטייגער און דעם טראַגישן גורל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק".

זוסקין איז געווען אַ שותּף פֿון מיכאָעלסן, וועלכער איז דערהרגעט געוואָרן לויט סטאַלינס באַפֿעל דעם 13טן יאַנואַר, 1948. זײַן טויט האַט מען פֿאָרגעשטעלט ווי אַן אויטאָ־קאַטאַסטראָפֿע. זוסקין האָט געירשנט פֿון מיכאָעלסן די שטעלע פֿונעם קינסטלערישן אָנפֿירער אינעם מאָסקווער מלוכישן ייִדישן טעאַטער (גאָסעט), וואָס איז פֿאַרמאַכט געוואָרן אין נאָוועמבער 1949.

געוויסע מיטגלידער פֿונעם קאָמיטעט, בתוכם באָריס שימעליִאָוויטש און יוסף יוזעפֿאָוויטש, האָבן זיך אָפּגעזאָגט מודה צו זײַן אינעם פֿאַלש־אויסגעטראַכטן כּלומרשטן מלוכה־פֿאַרראַט, און מע האָט זיי פֿאַרן זייער אַנטשלאָסענעם און עקשנותדיקן אָפּזאָג פֿיזיש געפּײַניקט.

דער פֿאַרמאַכטער מישפּט־פּראָצעס איבער 15 קאָמיטעט־מיטגלידער האָט זיך אָנגעהויבן דעם 8טן מײַ, 1952. די מיליטערישע קאָלעגיע פֿונעם סאָוועטישן העכסטן געריכט האָט פֿאַראורטיילט צום טויט שלמה לאָזאָווסקי, איציק פֿעפֿער, יוסף יוזעפֿאָוויטש, באָריס שימעליִאָוויטש, לייב קוויטקאָ, פּרץ מאַרקיש, דוד בערגעלסאָן, דוד האָפֿשטיין, בנימין זוסקין, לעאָן תּלמי, עמיליע טעומין, איליאַ וואַטענבערג און טשײַקע וואַטענבערג־אָסטראָווסקאַיאַ. מע גלייבט, אַז זיי זענען צעשאָסן געוואָרן דעם 12טן אויגוסט, 1952.

לינע שטערן, די ערשטע פֿרוי־אַקאַדעמיקער, אַ פֿולע מיטגלידין פֿון דער סאָוועטישער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע, איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו דרײַ און אַ האַלב יאָר טורמע און נאָך פֿינף יאָר פֿאַרשיקונג. אַן אַנדער פֿאַרמישפּטער איז געווען שלמה ברעגמאַן, אַ געוועזענער וויצע־מיניסטער פֿונעם מלוכישן קאָנטראָל פֿון רספֿסר. נאָך דעם 16טן יוני, 1952, האָט מען אים געבראַכט אַ געחלשטן אינעם מעדיצינישן אָפּטייל פֿון דער בוטירקע־טורמע, וווּ ער איז געשטאָרבן דעם 23סטן יאַנואַר, 1953, "מיט סימנים פֿון אַן אָפּגעשוואַכטער האַרץ־פֿונקציע".

דעם 3טן יאַנואַר, 1949, האָט דער צק ווקפּ(ב) – דער צענטראַלער קאָמיטעט פֿון דער אַלפֿאַרבאַנדישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי (באָלשעוויקעס) – צעשיקט אַ פֿאַרמאַכטן בריוו צו אַלע פֿירנדיקע רעגיאָנעלע פּאַרטיי־סטרוקטורן, דערקלערנדיק, אַז דער ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט ווערט בטל, און מיטטיילנדיק וועגן דעם קרימינעלן מישפּט איבער די, וואָס האָבן געהאַט צו אים שײַכות און זענען פֿאַרמישפּט געוואָרן פֿאַר "שפּיאָנאַזש". די אָפֿיציעלע אַנטי־ייִדישע רדיפֿות האָט זיך פֿאַרשפּרייט איבערן גאַנצן לאַנד. אַ ממשותדיקע ראָלע האָט אין זיי געשפּילט די שרײַענדיקע פּראָפּאַגאַנדע־קאַמפּאַניע קעגן די אַזוי־גערופֿענע "אָנוואָרצלדיקע קאָסמאָפּאָליטן". זי האָט זיך אָנגעהויבן דעם 28סטן יאַנואַר, 1948, פֿון אַ לייט־אַרטיקל אין "פּראַוודע", באַטיטלט "וועגן איין אַנטי־פּאַטריאָטישער גרויפּע טעאַטראַלע קריטיקער".

די וויכטיקסטע אָפֿיציעלע סאָוועטישע צײַטונג איז אויפֿגעטראָטן מיט דער קריטיק פֿון עטלעכע פּערזענלעכקייטן, וואָס זענען פֿריִער געווען באַקאַנט בלויז אין טעאַטראַלע קרײַזן: גורוויטש, יוזאָווסקי, באָרשטשאַגאָווסקי, וואַרשאַווסקי, מאַליוגין, באָיאַדזשיִעוו און כאָלאָדאָוו. דער אַרטיקל האָט זיי באַשולדיקט אינעם "פֿאַרלירן זייער אַחריות לגבי דעם פֿאָלק, זײַענדיק טרעגער פֿונעם אָנוואָרצלדיקן קאָסמאָפּאָליטיזם, וואָס איז פֿאַרן סאָוועטישן מענטש פֿײַנדלעך און טיף עקלדיק". לויטן לייט־אַרטיקל, די דאָזיקע פּאַרשוינען זענען אַ סימבאָל אַ מוסטער פֿון די, וואָס רײַסן אונטער די יסודות פֿונעם סאָוועטישן פּאַטריאָטיזם.

דעם 29סטן יאַנואַר, 1948, האָט די "ליטעראַרישע צײַטונג" (Литературная газета) צוגעשריבן אַלטמאַנען צו דער ליסטע פֿון "אָנוואָרצלדיקע קאָסמאָפּאָליטן". דעם 31סטן יאַנואַר, האָט די צײַטונג "קולטור און לעבן" מסביר געווען, אַז כאָלאָדאָוו איז אַ פּסעוודאָנים; דער אמתער נאָמען פֿונעם דאָזיקן שרײַבער איז מאיראָוויטש.

נאָך די דאָזיקע פּובליקאַציעס, האָבן די ייִדישע אינטעליגענטן און ליטעראַטן זיך אָנגעטראָפֿן אויף אַ ברייטער כוואַליע חשדים, רדיפֿות, באַזײַטיקונגען פֿון דער אַרבעט און צומאָל אַפֿילו אַרעסטן

אין יענער צײַט, זענען די לעצטע ייִדישע קולטור־אינסטיטוציעס אינעם לאַנד בטל געוואָרן איינע נאָך דער צווייטער: מע האָט פֿאַרמאַכט די ייִדישע צײַטונגען, זשורנאַלן, טעאַטערס, מוזייען, פֿאַרלאַגן, פֿאָרש־צענטער, אאַ״וו. עס האָט זיך געשאַפֿן דער אײַנדרוק, אַז די ייִדישע קולטור איז אומאָפֿיציעל געוואָרן פֿאַרבאָטן. די פֿירנדיקע פֿאָרשטייער פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג, וואָס האָט זיך שפּעטער באַוויזן אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָבן די דאָזיקע געשעענישן אָנגערופֿן "אַ נאַציאָנאַל־קולטורעלער גענאָציד".

דער מישפּט איבערן ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט האָט אַרויסגערופֿן נײַע כוואַליעס אַנטיסעמיטישע געריכט־פּראָצעסן איבערן לאַנד. איין קרבן פֿון אַזעלכע רדיפֿות איז געוואָרן די זשורנאַליסטקע און ליטעראַטור־קריטיקערין מרים אײַזנשטאַט (ליטעראַרישער פּסעוודאָנים מיראַ זשעלעזנאָוואַ). דער שרײַבער און זשורנאַליסט איליאַ ערענבורג האָט זי געעצהט, אַז זי זאָל, אָנהייבנדיק פֿונעם יאָר 1942, זאַמלען די ידיעות וועגן אויסגעצייכנטע ייִדן לטובֿת דעם קאָמיטעט – למשל, וויסנשאַפֿטלער, אינזשענירן און אָרגאַניזאַטאָרן פֿון גרויס־מאַסשטאַביקע אינדוסטריעלע אונטערנעמונגען. די אַרטיקלען האָבן געזאָלט פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה אין דער פּרעסע פֿון די מערבֿדיקע לענדער, וואָס זענען געווען אַליִיִרט מיטן ראַטן־פֿאַרבאַנד.

דערצו, האָט מיכעאָלס זי אינסטרוקטירט צו פֿאַרבינדן זיך מיט דער פֿירערשאַפֿט פֿון דער סאָוועטישער מיליטערישער אינסטאַנץ, וואָס טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר באַלוינונגען, כּדי צונויפֿצושטעלן די רשימה פֿון ייִדן, וואָס האָבן באַקומען דעם טיטל "העלדן פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד" – די העכסטע באַלוינונג פֿאַר מיליטערישער העלדישקייט אינעם לאַנד. מיכאָעלס האָט זי געבעטן אָנצושרײַבן ביאָגראַפֿישע עסייען וועגן 30 אַזעלכע פּערזענלעכקייטן. הײַנט ווייסן מיר, אַז מע האָט זיך אײַנגעגעבן צו אינדענטיפֿיצירן 131 ייִדן־העלדן.

צו באַשרײַבן דעם העראָיִזם פֿון ייִדישע קעמפֿער, וואָס האָבן געראַנגלט קעגן דעם אַלגעמיינעם שׂונא צוזאַמען מיט די אַנדערע פֿעלקער פֿונעם לאַנד, איז געווען אַ וויכטיקע אויפֿגאַבע פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. אין אַפּריל 1950 איז אײַזנשטאַט אַרעסטירט געוואָרן און מיט עטלעכע חדשים שפּעטער, אין נאָוועמער, האָט מען זי צעשאָסן. אין יוני 1950, ווען זי איז געזעסן אין דער אויספֿאָרשונג־טורמע פֿון לעפֿאָרטאָוואָ, האָט זיך איר אײַנגעגעבן אָפּצושיקן אַ בריוועלע אַהיים.

איר טאָכטער האָט זיך שפּעטער דערמאָנט: "אין מײַן מאַמעס בריוועלע, אַדרעסירט צו מײַן טאַטן און צו מיר, פֿול מיט ליבשאַפֿט און פּײַן, זענען אויך געווען אָט אַזעלכע ווערטער: 'די באַשולדיקונגען קעגן מיר זענען מאָנסטעריש־אומגלייבלעכע. איך וועל גאָרניט חתמענען און דאָס מיינט, אַז מיר וועלן זיך קיינמאָל מער ניט זען".

מיראַ זשעלעזנאָוואַ איז געמישפּט געוואָרן ווי אַ טייל פֿון אַ געפֿעלשטן אַנטי־ייִדישן פּראָצעס, אויסגעטראַכט דורך די מלוכישע זיכערהייט־כּוחות אויפֿן מאָסקווער אויטאָ־זאַוואָד אויפֿן נאָמען פֿון סטאַלין (באַקאַנט מיט די ראָשי־תּיבֿית "זיס"). צוזאַמען מיט איר, זענען צעשאָסן געוואָרן נאָך 13 מענטשן.

אַן ענלעכער גרויס־מאַסשטאַביקער מישפּט־פּראָצעס אין פֿאָרגעקומען אינעם מאָסקווער רעגיאָנעלן פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. ער איז געווען באַקאַנט ווי דער געריכט־פּראָצעס איבער דער יוגנטלעכער אָרגאַניזאַציע "דער פֿאַרבאַנד פֿאַרן קאַמף לטובֿת דער רעוואָלוציע". דרײַ מענטשן זענען דעמאָלט צעשאָסן געוואָרן און צען – פֿאַראורטיילט צו 25 יאָר לאַגער־אַרבעט. אויפֿן קוזנעצקער מעטאַלורגישן זאַוואָד אין דער שטאָט סטאַלינסק (איצט – נאָוואָקוזנעצק) זענען 4 מענטשן צעשאָסן געוואָרן און נאָך 3 באַקומען 25־יאָריקע לאַגער־טערמינען. אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, זענען 4 מענטשן פֿאַרמישפּט געוואָרן צו 25 יאָר לאַגער־אַרבעט.

חיים בן יעקבֿ

אונטן איז אַ פּרטימדיקער רוסישער אַרטיקל וועגן דעם חורבן פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט אויף דער וועבזײַט "Бессмертный барак" ("דער אומשטערבלעכער באַראַק")