"מאָדערן־איש" און יאָניע פֿײַנס ייִדישלאַנד
דעם 11טן סעפּטעמבער, 2023, האָט זיך אינעם שטאָטישן אוניווערסיטעט פֿון ניו־יאָרק (CUNY) געעפֿנט די אויסשטעלונג "מאָדערן־איש: יאָניע פֿײַן און די קונסט־געשיכטע פֿון ייִדישלאַנד" פֿונעם הײַנטצײַטיקן קינסטלער יעווגעני פֿיקס, ווי אַ טייל פֿון זײַן פּראָיעקט "ייִדישלאַנד־מוזיי פֿון מאָדערנער קונסט".
יאָניע פֿײַן (1913 – 2013) איז געווען אַ באַוווּסטער מאָדערניסטישער מאָלער און ייִדישער דיכטער. פֿינף זאַמלונגען פֿון זײַנע לידער אויף ייִדיש זענען דערשינען אין פֿאַרשיידענע לענדער. במשך פֿון זײַן לעבן האָט ער אַ סך געוואַנדערט איבער דער וועלט, פֿון אוקראַיִנע און ליטע ביז יאַפּאַן, כינע און מעקסיקע. פֿיקס האָט דערקלערט אונדזער וועבזײַט, אַז זײַן נעאָלאָגיזם Modern-ish, אַ היבריד פֿון "מאָדערן" און "ייִדיש", באַצייכנט די באַזונדערע מאָדערניסטישע טראַדיציע פֿון ייִדישלאַנד, דעם גלאַבאַלן רוים פֿון ייִדיש־קולטור, וואָס פּאַסט ניט אינגאַנצן אַרײַן אינעם קאַנאָן פֿון מאָדערניזם. די פֿאָרשייער פֿון דער דאָזיקער טראַדיציע האָבן אָפֿטמאָל קאָמפּליצירטע פֿילפֿאַכיקע אידענטיטעטן: למשל, "ליטוויש־ייִדיש־אַמעריקאַנער".
אויף אונדזער וועבזײַט האָבן מיר שוין געשריבן וועגן יעווגעני פֿיקס און זײַן קאָנצעפּט פֿון ייִדיש ווי אַ "קאָסמיש" לשון, וואָס איז מסוגל ווי אַ קולטורעלע בריק צווישן דער טראַדיציאָנעלער עטנישקייט און אוניווערסאַליזם, צווישן אָרטיקייט און קאָסמאָפּאָליטיזם און קאָסמאָס. אין 2022 האָט זיך אויף דער ווענעציאַנער ביענאַלע געעפֿנט זײַן פּאַוויליאָן "ייִדישלאַנד". די איצטיקע אויסשטעלונג אין ניו־יאָרק וועט בלײַבן אָפֿן ביזן 9טן דעצעמבער.