זאַמלונג: פֿרויען אינעם ייִדישן טעאַטער
אינעם קעמברידזשער פֿאַרלאַג Legenda איז דערשינען אויף ענגליש אַ בוך מיטן נאָמען "פֿרויען אויף דער ייִדישער בינע". דאָס איז אַ זאַמלונג וויסנטשאַפֿלעכע אַרטיקלען געווידמעטע דעם פּראָצעס פֿון אינטעגראַציע פֿון פֿרויען אינעם ייִדישן טעאַטער און זייער אַרויסגיין אויף די פֿירנדיקע ראָלעס אין אים. דער דאָזיקער פּראָצעס האָט זיך אָנגעהויבן אין סוף 70ער יאָרן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט און איז געוואָרן אַ עכטע רעוואָלוציע, ווײַל, אין אונטערשייד פֿון ייִדישע מאַנצבלען, האָבן די ייִדישע פֿרויען ניט געהאַט פֿריִער קיין דערפֿאַרונג פֿון אַרויסטרעטונגען אינעם געזעלשאַפֿטלעכן רוים. די רעדאַקטאָרינס פֿון דעם בוך זײַנען עליסע קווינט און אַמאַנדע־מרים־חיה סגל.