פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישן זינגליד אין אַשקלון
דעם 7טן סעפּטעמבער, 2023, איז אין אשקלון פֿאָרגעקומען דער יערלעכער פֿעסטיוואַל פֿונעם ייִדישן זינגליד "לאָמיר אַלע אינאיינעם". במשך די יאָרן פֿון זײַן עקזיסטעץ איז דער דאָזיקער לאָקאַלער פֿעסטיוואַל, וועלכער האָט זיך באַוויזן לויט איניציאַטיוו פֿון אַ גרופּע עולים פֿונעם געוועזענעם ראַטנפֿאַרבאַנד, געוואָרן אַ קולטור־דערשײַנונג פֿון אַל־ישׂראלדיקער באַדײַטונג. אויך האַיאָר, ווי געוויינלעך, אין אים האָבן גענומען אַן אָנטייל שעפֿערישע קאָלעקטיוון און סאָלאַָ־זינגער פֿון פֿאַרשיידענע שטעט פֿון ישׂראל.