Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

וועגן דעם זשורנאַל "ייִדישלאַנד"

אונדזער וועבזײַט־חבֿרה באַדאַנקט די גרינדער פֿונעם ליטעראַרישן קוואַרטאַלניק "יידישלאַנד" פֿאַר זייער באַשלוס צוטריטלעך צו מאַכן אויף אונדזער וועבזײַט אַלע נומערן פֿונעם זשורנאַל, חוץ די, וואָס זײַנען אַרויס במשך פֿונעם פֿאָריקן יאָר.

דער ערשטער נומער פֿון "יידישלאַנד" איז דערשינען אין סוף 2018. זײַנע גרינדער און מיטרעדאַקטאָרן זײַנען וועלוול טשערנין און מיכאל פֿעלזענבאום, באַוווּסטע ישׂראלדיקע ליטעראַטן, וועלכע האָבן דעביוטירט אין אָנהייב 1980ער יאָרן אויף די שפּאַלטן פֿונעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". זייער איניציאַטיוו איז אונטערגעהאַלטן געוואָרן דורך ניקאָלײַ אָלניאַנסקי, דעם פארוואַלטער פֿונעם שוועדישן פֿאַרלאג Olniansky Tekst, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אויפֿן אַרויסלאָזן ליטעראַטור אויף ייִדיש. דער זשורנאַל דערשײַנט אין צוויי טיראַזשן: אין ישׂראל און אין שוועדן. מיטגלידער פֿון זײַן רעדקאָלעגיע זײַנען אויך דער פּראָפֿעסאָר פֿונעם אוניווערסיטעט פֿון אינדיאַנע, דער לינגוויסט דוב־בער קערלער, דער פּראָפֿעסאָר פֿונעם אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט אין פּעטערבורג, דער איבערזעצער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אויף רוסיש וואַלערי דימשיץ און די הויפּט־רעדאַקטאָרין פֿון דער וואָכנשריפֿט "ביראָבידזשאַנער שטערן" יעלענע סאַראַשעווסקאַיאַ.

די סיבה, וועלכע האָט באַוועגט וועלוול טשערנינען און מיכאל פֿעלזענבאַומען צום גרינדן דעם זשורנאַל, איז די אָפּוועזנהייט פֿון ליטעראַרישער פּעריאָדיק אויף ייִדיש. אין אָנהייב פֿונעם איצטיקן יאָרהונדערן האָבן בהדרגהדיק אויפֿגעהערט צו דערשײַנען אַלע ליטעראַרישע זשורנאַלן און אַלמאַנאַכן אויף דער דאָזיקער שפּראַך. דער געגרינדעטער נאָך אין 1941 זשורנאַל "אויפֿן שוועל", וועלכער דערשײַנט עד־היום אין ניו־יאָרק, האָט דעפֿינירט ווי זײַן הויפּט־אויפֿגאַבע דאָס אָפּהיטן די ייִדישע שפּראַך, און ניט דאָס אַנטוויקלען ליטעראַטור אויף איר. דער יערלעכער צוויי־שפּראַכיקער רוסיש־ייִדישער ביראָבידזשאַנער אַלמאַנאַך "ביראָבידזשאַן" ווערט נאָר טיילווײַז געדרוקט אויף ייִדיש. הײַנט־צו־טאָג איז "יידישלאַנד" דער איינציקער געדרוקטער ליטעראַרישער זשורנאַל אויף ייִדיש אין דער גאָרער וועלט.

די גרינדער פֿונעם זשורנאַל "יידישלאַנד" האַלטן זיך פֿעסט בײַ דער דעה, אַז די ייִדישע ליטעראַטור איז אַ לעבעדיקע און ניט בלויז אַן אָביעקט פֿון אַקאַדעמישע פּאַרשונגען. זיי האָבן פאַר זיך געשטעלט די קומענדיקע אויפֿגאַבן: געבן אַ ליטעראַרישע בינע יענע שריפֿשטעלער, וואָס זײַנען ממשיך שאַפֿן זייערע ווערק אויף ייִדיש; אונטערצוהאַלטן די אָנפֿאַנגער־ליטעראַטן; פֿארעפֿנטלעכן ניט־פּובליקירטע ביז איצט טעקסטן, וועלכע האָבן זיך אָפּגעהיט אין עזבֿונות פֿון פֿאַרשטאָרבענע ייִדישע שרײַבער; אָפּהיטן ייִדיש אַלס שפּראַך פֿון הומאַניטאַרע וויסנשאַפֿטן. דער זשורנאַל פֿאַרעפֿנטלעכט רעגולער וויסנשאַפֿטלעכע אַרטיקלען אין אַזעלכע געביטן, ווי ליטעראַטור־קענטעניש, פֿאָלקלאָריסטיק, געשיכטע פֿון קונסט און לינגוויסטיק.

די באַדײַטונג פֿונעם באַגריף "ייִדישלאַנד" איז אַ עקס־טעריטאָריעלער קולטור־רוים, וואָס זײַן שפּראַך איז ייִדיש. צווישן די מחברים פֿונעם זשורנאַל זײַנען רבֿקה בסמן בן חיים ז"ל (1925 – 2023), וועלכע האָט געוווינט אין הרצליה, ירמיהו־אַהרן טאַוב (וואָשינגטאָן), פֿעליקס חיימאָוויטש (מינסק), יואל מאַטוועיעוו (פּעטערבורג), מאַרעק טושעוויצקי (קראָקע), משה לעמסטער (בת־ים), שלום בערגער (ניו־יאָרק), ישׂראל נעקראַסאָוו (פּעטערבורג), באָריס קאַרלאָוו (פּען־נאָמען פֿון דובֿ־בער קערלער), הלל קאַזאָווסקי (ירושלים), עמיל קאַלין (תּל־אָבֿיב) און אַ סך אַנדערע. מיט זייערע ערשטע ווערק אויף ייִדיש זײַנען אויף די שפּאַלטן פֿון "ייִדישלאַנד" אַרויסגעטראָטן די דיכטער אַנע וויזהוי (זאַלצבורג), דוד־עומר כּהן (אַמסטערדאַם), קאַטערינאַ קוזנעצאָוואַ (בערלין), די פּראָזאַיִקער שירי שאַפּיראַ (ירושלים) און יעד בירן (תּל־אָבֿיבֿ).

אינעם זשורנאַל זײַנען פֿאַראַן דרײַ באַשטענדיקע רובריקן: "נײַע ביכער", "אַ נײַ זינגליד" און "מאַטעריאַלן צום לעקסיקאָן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אינעם 21טן יאָרהונדערט".

Mikhoel Felsenbaum and Velvl Chernin 

וועלוול טשערנין און מיכאל פֿעלזענבאַום