Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

"די שוועסטער" גאַסטראָלירן אין ניו־יאָרק

דער וואָקאַלער דועט "די שוועסטער" (The Shvesters), וועלכער האָט ניט לאַנג צוריק אָנגעהויבן זײַן מוזיקאַלישע קאַריערע אין דעטרויט, איז אויפֿגעטראָטן מיט עטלעכע קאָנצערטן אין ניו־יאָרק. צוויי מאָל, דעם 22סטן און 25סטן אויגוסט 2024, זענען זײַנע מוזיק־פּראָגראַמען דורכגעגאַנגען אינעם ניו־יאָרקער מוזיי פֿון ייִדישער ירושה, באַגלייט מיטן אַקאָמפּאַנימענט פֿונעם באַוווּסטן גיטאַריסט עמרי בר־גיורא. דעם 17טן סעפּטעמטער האָט דער דועט דורכגעפֿירט אַ קאָנצערט אין דער רעלאַטיוו נײַער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער שיל Altneu אין מאַנהעטן, וועלכע האָט זיך געעפֿנט אין 2022.

אין די לעצטע פּאָר יאָר זענען די צוויי זינגערינס, חוה לוי און פּאָלינע פֿראַדקין, געוואָרן פּאָפּולער אויף דער סאָציאַלער מעדיאַ צוליב זייערע פּערפֿעקט סינכראָניזירטע קולער, ביידע אָנגעטאָן אין די זעלביקע קליידער; ווי אַ רעזולטאַט, האָבן זיי אָנגעהויבן אויפֿטרעטן מיט דערפֿאָלג אויף קאָנצערטן אין אַמעריקע און ארץ־ישׂראל. לוי און פֿראַדקין פֿאַרוואַנדלען קלאַסישע ייִדישע מעלאָדיעס אין סאָפֿיסטיקירטע, מאָדערנע, האַרמאָנישע דזשאַז־קאָמפּאָזיציעס. איינער פֿון זייערע קריטיקער, דער תּל־אָבֿיבֿער זשורנאַליסט בלייק פֿלייטאָן, האָט באַמערקט, אַז "ניט בלויז ציִען זיי אונדז צו ייִדיש, נאָר זיי רופֿן מיט זייער מוזיק אַרויס אַ בענקעניש נאָך דער שפּראַך".