Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

פֿאָרשונגען פֿון חסידישן ייִדיש אין אייראָפּע

אינעם קאַמפּוס פֿונעם ווינער אוניווערסיטעט איז פֿונעם 12טן ביזן 18טן יולי 2024 דורכגעפֿירט געוואָרן אַ ספּעציעלע בילדונג־פּראָגראַם, געווידמעט דעם הײַנטיקן חסידישן ייִדיש. אַן ענלעכער קורס, פֿונעם 23טן יולי ביזן 4 אויגוסט, וועט זיך באַלד אָנהייבן אויפֿן זומערדיקן ייִדיש־פֿעסטיוואַל אין דער דײַטשישער שטאָט ווײַמאַר. ווי עס דערקלערן די אָרגאַניזאַטאָרן, לערנט מען אויף אַקאַדעמישע פּראָגראַמען, געוויינטלעך, נאָר דעם סטאַנדאַרטן ליטעראַרישן ייִדיש. הײַיאָר האָט מען אָבער באַשלאָסן אײַנצופֿירן עפּעס חידושיקס: צו שטעלן אַ גרויסן טראָפּ אויף די חסידישע וואַריאַציעס פֿון ייִדיש – די טאָג־טעגלעכע שמועס־שפּראַך פֿון אַרום אַ מיליאָן מענטשן אַרום דער וועלט.

אין דער לערערישער מאַנשאַפֿט זענען אַרײַן סײַ נאַטירלעכע חסידישע ייִדיש־רעדער, סײַ פֿאָרשער און מומחים פֿון דער ספּעציעלער נײַער וויסנשאַפֿטלעכער פּראָגראַם פֿאַר הײַנטצײַטיקן ייִדיש בײַם לאָנדאָנער אוניווערסיטעט־קאָלעדזש (UCL). ביידע פּראָגראַמען, אין ווין און ווײַמאַר, האָבן אַרומגענומען אַזעלכע פֿאַרשיידנאַרטיקן קולטור־אַספּעקטן פֿון הײַנטיקע חסידים, ווי בעלעטריסטיק, טראַדיציאָנעלע און פּאָפּולערע מוזיק, טענץ, קינאָ אאַז״וו.