Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

מײַן נשמה־לאַנד: טעאַטער פֿון שלום אַש

דעם 19טן סעפּטעמבער איז אינעם ניו־יאָרקער מוזיי פֿון ייִדישער ירושה פֿאָרגעקומען קאַרעד אָ׳ברײַענס סאָלאָ־ספּעקטאַקל "מײַן נשמה־לאַנד: דער טעאַטער פֿון שלום אַש". אָ׳ברײַען איז אַן אַקטריסע, איבערזעצערין, טעאַטראַלע רעזשיסאָרין, שרײַבערין און ייִדיש־אַקטיוויסטקע. זי איז אויפֿגעטראָטן מיט אַ ריי אויסצוגן פֿון אַשס סאַמע געראָטענע און קאָנטראָווערסאַלע ווערק, אַרײַנגערעכנט מאָנאָלאָגן פֿון זײַנע פּיעסעס "גאָט פֿון נקמה", "מאָטקע גנבֿ" און "דער טויטער מענטש", וועלכע די האָט צום ערשטן מאָל איבערגעזעצט אויף ענגליש.

נאָכן ספּעקטאַקל איז פֿאָרגעקומען אַ שמועס מיט שלום אַשס אוראייניקל דוד מאַזאָווער און ליסאַ ניומאַן – די אָנפֿירער פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט. די אונטערנעמונג האָט מען אויך טראַנסמיטירט אויף דער אינטערנעץ. קאַרעד אָ׳ברײַען, אַ געבוירענע און אויפֿגעוואַקסענע אין אירלאַנד, וווינט אין ניו־יאָרק און איז צום מערסטן באַקאַנט מיט אירע באַאַרבעטונגען פֿון ליטעראַרישע ווערק אויף ייִדיש.