סאָציאַליסטישע ייִדישלענדער
דער גרויסער דײַטשישער פֿאַרלאַג De Gruyter, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אין אַקאַדעמישער ליטעראַטור, האָט אַרויסגעגעבן אַ בוך מיטן נאָמען "סאָציאַליסטישע ייִדישלענדער" אונטער דער רעדאַקציע פֿון מרים שאָרלי־שולץ און אַלכּסנדר וואַלטער, וווּ עס גייט די רייד וועגן דער ראָלע פֿון ייִדיש און נאָכמלחמהדיקע סאָציאַליסטישע לענדער, אַרײַנגערעכנט דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, פּוילן, מיזרח־דײַטשלאַנד און רומעניע. עס ווערן אויך אַנאַליזירט פֿאַרשיידענע בײַשפּילן פֿון אינטערנאַציאָנאַלע קולטורעלע אינציאַטיוון אין שײַכות מיט ייִדיש, וואָס זענען בשעת דער קאַלטער מלחמה דורכגעפֿירט געוואָרן צווישן די לענדער פֿונעם מיזרחדיקן בלאָק און דער מערבֿדיקער וועלט, אַרײַנגערעכנט פֿש״אַ, בריטאַניע און מדינת־ישׂראל.