אַ נײַ ליד פֿון ריקי רויז
ריקי רויז, אַ יונגע באַגאַבטע ניו־יאָרקער זינגערין און קאָמפּאָזיטאָרין, האָט אַרויסגעשטעלט אין יוטוב אַ רעקאָרדירונג פֿון איר נײַ ליד "אָטעם אַרײַן, אָטעם אַרויס", וואָס זי זינגט אויף איר היימישן אונגערישן חסידישן ייִדיש. דער פּראָדוסער און אַראַנזשירער פֿונעם ליד הייסט שלמה בערנשטיין; צונויפֿגעשטעלט דעם קלאַנג האָט יאַנקי כּהן.
רויז איז דערצויגן געוואָרן אין אַ משפּחה פֿון סאַטמאַרער חסידים. אַחוץ איר מוזיקאַלישער טעטיקייט, שרײַבט זי אויף ייִדיש אַרטיקלען אויף פֿאַרשיידענע טעמעס. אירע קאָלעגן, וועלכע האָבן אָנטיילגענומען אינעם שאַפֿן דאָס נײַע ליד, זענען אויך אויפֿגעוואַקסן אין ייִדיש־רעדנדיקע חסידישע קהילות.