Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

מיכאל פֿעלזענבאַום באַקומט אַ פּרעמיע

דער ייִדישער ראָמאַניסט, דיכטער און דראַמאַטורג מיכאל פֿעלזענבאַום האָט באַקומען אַ פּרעמיע "פֿאַר לעבנס־דערגרייכונגען" אַלס ליטעראַט פֿון דער ישׂראלדיקער "נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור". אַ דאַנק־סערטיפֿיקאַט האָט אויך באַקומען ד״ר שושנה דאָמינסקי, וועלכע האָט צונויפֿגעשטעלט אַ ייִדיש־העברעיִש אינטערנעץ־ווערטערבוך.

מיכאל פֿעלזענבאַום איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1951 אין דער סאָוועטישער אוקראַיִנע, האָט שטודירט רעזשיסור, טעאַטראַלישע קונסט און קונסט־געשיכטע אין לענינגראַד, געאַרבעט ווי אַ טעאַטראַלער רעזשיסאָר. אין די 1980ער יאָרן האָט ער אָנגעהויבן פֿאַרעפֿנטלעכן זײַנע שאַפֿונגען אויף ייִדיש אינעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". אין 1991 איז דער שרײַבער אַוועקגעפֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל, וווּ עס זענען אַרויס אַ גאַנצע ריי זײַנע פּאָעטישע זאַמלונגען און אַ צאָל פּראָזע ביכער, אָנגעשריבן אין גאָר אַן אוניקאַלן סטיל – איינעם פֿון די אָריגינעלסטע אין דער געשיכטע פֿון ייִדישער ליטעראַטור.