באָריס סאַנדלער און דניאל גלאַי געווינען דעם "רובינליכט־פּריז"
צוויי באַוווּסטע ייִדיש־טוער, באָריס סאַנדלער און דניאל גלאַי, האָבן געוווּנען דעם יערלעכן פּריז פֿון דער פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון אַנאַ און לייב רובינליכט פֿאַר זייער אויסגעצייכנטן צושטײַער אין דער ייִדישער ליטעראַטור. די באַלוינונג־צערעמאָניע איז פֿאָרגעקומען דעם 16סטן דעצעמבער, 2024, אינעם תּל־אָבֿיבֿער ייִדיש־צענטער "לייוויק־הויז" און איז געוויזן געוואָרן לעבעדיק אויף דער אינטערנעץ.
אַחוץ זייערע אייגענע ווערק אויף ייִדיש, זענען ביידע לאַורעאַטן במשך פֿון אַ סך יאָר באַשעפֿטיקט אינעם רעדאַגירן און אַרויסגעבן ביכער אויף דער ייִדישער שפּראַך, ווי אויך מיט דער שײַכותדיקער בילדונג־ און אויפֿקלערונג־טעטיקייט. גלאַי, דער פֿאָרזיצער פֿונעם "לייוויק־הויז", איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1945 אין אַרגענטינע. ער איז אויך וועלט־באַקאַנט אַלס קאָמפּאָזיטאָר. סאַנדלער, דער געוועזענער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער ניו־יאָרקער ייִדישער צײַטונג "פֿאָרווערטס", איז געבוירן געוואָרן אין 1950 אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. איצט פֿירט ער אָן מיטן חודשלעכן אינטערנעץ־זשורנאַל "ייִדיש־בראַנזשע".