ייִדיש־קולטור שטודירט אינעם באַרד־קאָלעדזש

פּראָפֿ׳ צירל־אסתּר קוזניץ
פּראָפֿ׳ צירל־אסתּר קוזניץ, וואָס פֿירט אָן מיט ייִדישע שטודיעס אינעם באַרד־קאָלעדזש, האָט באַהאַנדלט איר טעטיקייט מיט די פֿאַרוואַלטער פֿון אונדזער פּראָיעקט, געוווּנטשן אונדז אַל־דאָס בעסטע און דערציילט וועגן איר רעגולערן אוניווערסיטעט־קורס, וואָס הייסט "ייִדיש־קולטור". דער עצם־נאָמען און דער תּוכן שטימען מיט אונדזער אייגענער מיסיע. דער קורס נעמט אַרום די געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, די היסטאָרישע סטאַטוס־אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש, זײַן ראָלע אינעם ייִדישן לעבן זינט דער מיטל־עלטער ביזן הײַנטיקן טאָג. די פּראָפֿעסאָרין פֿירט ייִדיש־לימודים אויף אַלע מדרגות – פֿון אָנהייבער ביז די סאַמע פֿאָרגעשריטענע.
דער באַרד־קאָלעדזש איז אַ פּריוואַטער הומאַניטאַרער אוניווערסיטעט אין אַנענדייל־אויף־האָדסאָן (שטאַט ניו־יאָרק). די אינסטיטוציע לייגט פֿאָר באַקאַלאַווראַט־ און גראַדויִר־פּראָגראַמען. "באַרד" איז פֿאַרבונדן מיט ייוואָ, לכתּחילה גערינדעט אינעם יאָר 1925 אין ווילנע ווי דער ערשטער וויסנשאַפֿטלעכער אַנשטאַלט, וואָס פֿאָרשט ייִדיש און דאָס אַשכּנזישע ייִדנטום. ווי באַקאַנט, בלײַבט ער, איצט מיטן צענטער אין ניו־יאָרק, איינער פֿון די חשובֿסטע פֿאָרש־צענטערס פֿאַר ייִדיש אין דער וועלט.
קוקט פּראָפֿ׳ קוזניצעס שמועס אויף ענגליש מיטן ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט, וווּ זי דערציילט וועגן אירע מיזרח־אייראָפּעיִשע וואָרצלען, דעם דאָקטאָראַט וועגן דער געשיכטע פֿון ייִוואָ, איר פּערזענלעכער דעה מכּוח דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש, און נאָך.