בערלין: אַן אָװנט פֿון ליבע־פּאָעזיע אױף ייִדיש
דעם 13טן פֿעברואַר, 2025, האָט Yiddish.Berlin, אַן אומפֿאָרמעלע גרופּע פֿון בערלינער ייִדישיסטן, געפּראַװעט דעם וואַלענטין־טאָג מיט אַ פּאָעזיע־אָװנט אונטערן נאָמען "ליבעבריװ". איז דאָס אַ ייִדישע זאַך – צו פּראַװען אַזאַ חגא? אָשן עװאַנז שאַרמאַ, אַ ייִדיש־לערער פֿון ענגלאַנד, און מישעל בערנשטײן, אַן אָרטיקע ייִדיש־פֿאָרשערין, װעלכע האָבן צוגעטראַכט די אידעע פֿון דער אונטערנעמונג, זענען איבערגעצײַגט, אַז דווקא יאָ.
מע האָט פֿאָרגעלײענט אַ סך לידער אױף ייִדיש – בעיקר גאַנץ פֿרישע, ווי אױך פֿון באַקאַנטע מאָדערניסטישע ייִדישע דיכטערינס. פּאָעטישע און מוזיקאַלישע אונטערנעמונגען זענען אַ געװײנטלעכער זשאַנער פֿון דער גרופּע; שוין איבער פֿינף יאָר אָרגאַניזירט זי אַ סך ענלעכע אָװנטן.
אַ פּאָר ווערטער וועגן די מחברים:
דזשײק שנײַדער – זייער אַ בערלינער דיכטער. זײַן פּאָעזיע איז אָנגעפֿילט מיט פֿאַנטאַסטישע מאָטיװן און שפּילן מיט פֿאָרמעלע שפּראַך־פּיטשעווקעס.
יעל מערליני – אַן איטאַליענישע דיכטערין, װאָס האָט אָנגעהױבן שרײַבן אױף ייִדיש מיט צװײ יאָר צוריק. זי שרײַבט מיסטיש־עראָטישע לידער פֿול מיט שאָטנדיקע און סענסועלע אימאַזשן.
דזשאָרדאַן לי שנײ – װי מערליני, שױן באַקאַנט אַלס דיכטער אױף אַן אַנדער שפּראַך – ענגליש. אַחוץ אייגענע לידער, האָט ער פֿאָרגעלײענט צװײ לידער פֿון דבֿורה פֿאָגעל. ער זעצט זי איבער אױף ענגליש און איז געװען דער רעדאַקטאָר פֿון אירע זאַמלונגען אין שפּאַנישער און פּאָרטוגעזישער איבערזעצונג.
עס זענען אויך אויפֿגעטראָטן צוויי דעביוטאַנטקעס. לויִזע פֿאַקלער, אַ מוזיקערין און היסטאָריקערין, האָט צום ערשטן מאָל פֿאָרגעלייענט איר אײגן ייִדיש ליד. דאַריאַ מאַ, אַ דיכטערין, װאָס שרײַבט לידער אויף רוסיש און עקספּערימענטירט אױך מיט מיש־שפּראַכיקער פּאָעזיע, האָט אויך פּרעזענטירט אַ ליד, וואָס זי האָט אָנגעשריבן אינגאַנצן אױף ייִדיש ספּעציעל פֿאַרן אָװנט.
וואָס שייך מיר – קאַטערינאַ קוזנעצאָוואַ – וועל איך דאָ װעגן מײַנע אײגענע לידער נישט רעדן. איר קענט זײ איבערלײענען אויף אָט דעם לינק צוזאַמען מיט אַלע אַנדערע טעקסטן פֿון דעם וואַלענטין־אָוונט.
צװישן די טעקסטן האָט זיך אויפֿן אָוונט אויך געהערט מוזיק. דער קאָמפּאָזיטאָר און מוזיקער זשעניאַ אָקס האָט אויסגעשפּילט זײַנע קאָמפּאָזיציעס אױף די װערק פֿון ציליע דראָפּקין, איציק מאַנגער און אַלכּסנדר בײדערמאַן.
דער אָװנט איז פֿאָרגעקומען אין דער קאַפֿע "שאַגאַל". ס׳איז געװען אַ מין עפֿענונג פֿון אַ נײַעם סעזאָן ייִדיש־אונטערנעמונגען. אין מערץ הײבט אָן די גרופּע דעם נײַעם פּראָעקט "נו? ייִדיש אין אַלע קונסט־פֿאָרעמס", קורירט פֿון דזשײק שנײַדער. עס װעט אויך פֿאָרקומען אַ סעריע "אָפֿענע מיקראָפֿאָנען" פֿאַר יעדן, װאָס שאַפֿט קונסט־ווערק אױף ייִדיש אין בערלין.
פֿון קאַטערינאַ קוזנעצאָוואַ (בערלין)

פֿון דער וועבזײַט־רעדאַקציע:
מיר האָבן שוין עטלעכע מאָל געשריבן וועגן דער טעטיקייט פֿון Yiddish.Berlin און אין 2023 פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן דער בערלינער דיכטערין און ייִדיש־אַקטיוויסטקע קאַטערינאַ קוזנעצאָוואַ, באַגלייט מיט אַ צאָל אירע לידער, וואָס דער דיכטער יואל מאַטוועיעוו האָט אויך איבערגעזעצט אויף רוסיש. ווינטשן מיר איר און אַלע אַנדערע בערלינער ייִדישיסטן אַ סך מזל און הצלחה!
בילדער: אַרנדט בעק