דער פּאַריזער גולם רעדט אויף ייִדיש
אינעם פּאַריזער נאַציאָנאַלן טעאַטער Théâtre de la Colline איז דער 4טן מאַרץ, 2025, פֿאָרגעקומען די פּרעמיערע פֿון אַ נײַעם ספּעקטאַקל אויפֿן סמך פֿון יצחק באַשעוויסעס דערציילונג "דער גולם". אויף מער ווי אַ דריטל באַשטייט די פּיעסע פֿון סצענעס אויף ייִדיש, באַגלייט מיט פֿראַנצויזישע און ענגלישע אונטערקעפּלעך. דער ספּעקטאַקל ווערט באַגלייט סײַ מיט אינסטרומענטאַלער מוזיק, סײַ מיטן פּראָפֿעסיאָנעלן אָפּערע־זינגען מאָדערנע אַראַנזשירונגען פֿון טראַדיציאָנעלע ייִדישע לידער.
דער שאַפֿער פֿון דער פּיעסע, עמוס גיתּאַי, איז אַ באַקאַנטער ישׂראלדיקער קינאָ־רעזשיסאָר, דראַמאַטורג און קינסטלער, וועלכער וווינט איבערהויפּט אין פּאַריז. אין זײַן משפּחה האָט מען גערעדט אויף ייִדיש, נאָר אין דער קליינער גרופּע פֿון זיבן אַקטיאָרן, וואָס שפּילט דעם "גולם", האָט קיינער ניט געקענט די שפּראַך; זיי האָבן שטודירט ייִדיש ספּעציעלן פֿאַרן דאָזיקן ספּעקטאַקל מיטן ייִדישיסט שחר פֿײַנבערג. ער אַליין איז אויך אַן אַרטיסט און דער ראָש פֿונעם פּאַריזער ייִדישן "טרוים־טעאַטער".
