בלאַוואַטניק־אַרכיוו: פּערזענלעכע מלחמה־איבערלעבונגען
דעם 15טן מײַ 2025, ווי אַ טייל פֿון די הײַיאָריקע יוביליי־אונטערנעמונגען, האָט דער בלאַוואַטניק־אַרכיוו דורכגעפֿירט אַ בילדונג־פּראָגראַם מיטן נאָמען "פּערזענלעכע דערפֿאַרונג פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה“. עס זענען באַהאַנדלט געוואָרן אַזעלכע פּערזענלעכע דאָקומענטן פֿון די מלחמה־יאָרן, ווי בריוו פֿון אַ יונג סאָוועטיש פּאָרפֿאָלק, צעשיידט צוליב דער קריג, טאָגביכער פֿון רויט־אַרמייער און פֿון קינסטלער אינעם בלאָקאַדע־אויסגעהונגערטן לענינגראַד. די אונטערנעמונג, אין וועלכער עס האָבן אָנטיילגענומען פֿיר אַמעריקאַנער היסטאָריקער, איז פֿאָרגעקומען אינעם ניו־יאָרקער בנין Academy Mansion.
דער בלאַוואַטניק־אַרכיוו איז געגרינדעט געוואָרן אין 2005 ווי אַ ניט־קאָמערציעלע פֿונדאַציע, וואָס שטעלט דעם ציל אָפּצוהיטן פֿאַרשיידענע מאַטעריאַלן פֿון ייִדישער און וועלט־געשיכטע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. אַ סך זאַמלונגען זענען אָנגעשריבן אויף ייִדיש אָדער האָבן אַ דירעקט שײַכות צו דער ייִדישער שפּראַך. הײַיאָר פּראַוועט די אָרגאַניזאַציע איר 20־יאָריקן יוביליי. די פֿאַרוואַלטער פֿונעם אַרכיוו גלייבן, אַז די געזאַמלטע טאָג־טעגלעכע דאָקומענטן, אַפֿילו פּשוטע נאָטיצן, האָבן אַ ריזיקע ווערט, ווײַל זיי געבן אַן אוניקאַלע מעגלעכקייט אַרײַנצוקוקן אינעם עבֿר פֿון נײַע קוקווינקלען. דער אַרכיוו גיט איבער, אַז די קומענדיקע עפֿנטלעכע יוביליי־אונטערנעמונגען וועלן אויך שטעלן דעם טראָפּ אויף פּאָפּולערע און פּערזענלעכע היסטאָרישע עקספּאָנאַטן – פּאָסטקאַרטלעך, פֿאָטאָגראַפֿיעס, אילוסטראַציעס, בריוו, טאָגביכער און גבֿית־עדותן פֿון יחידים.