וועגווײַזער איבערן אַלטן ייִדישן ניו־יאָרק
הענרי (הענעך) סאַפּאָזשניק, אַ באַקאַנטער פּראָדוסער פֿון מוזיק־רעדאָרדירונגען און ראַדיאָ־פּראָגראַמען אויף ייִדיש, מוזיק־פֿאָרשער, מוזיקער און שרײַבער, אַ לאַורעאַט פֿון אַ ריי פּרײַזן, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט דעם "טוריסטישן וועגווײַזער איבערן פֿאַרלוירנעם ייִדיש־רעדנדיקן ניו־יאָרק" (The Tourist's Guide to Lost Yiddish New York City).
מיט אַ הונדערט יאָר צוריק, האָבן בערך אָנדערהאַלבן מיליאָן ניו־יאָרקער ייִדן גערעדט טאָג־טעגלעך אויף ייִדיש. סאַפּאָזשניק שילדערט אַלע זײַטן פֿון זייער לעבן און קולטור, פֿון מאכלים ביז אַרכיטעקטור, מוזיק און טעאַטער, באַגלייט מיט אילוסטראַציעס פֿון בילעטן, רעקלאַמעס, אַפֿישן, פּלאַקאַטן, רעסטאָראַן־מעניוען און פֿאַרשיידנאַרטיקע פֿאָטאָגראַפֿיעס.
ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז דער ייִדיש־שפּראַכיקער ניו־יאָרק בליט ביזן הײַנטיקן טאָג אין אַזעלכע חסידישע געגנטן, ווי וויליאַמסבורג און באָראָ־פּאַרק. טויזנטער ייִדן, קליין און גרויס, רעדן דאָרט טאָג און נאַכט אויף ייִדיש. זייער שטייגער לעבן און קולטור שיידן זיך אָבער שטאַרק אונטער אין אַ סך אַספּעקטן פֿון יענעם אַמאָליקן ניו־יאָרק, וואָס סאַפּאָזשניק באַשרײַבן סקורפּולעז אין זײַן טוריסטישער פֿאָרשונג.
