Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

שׂימחה לכּבֿוד דעם ריזיקן ייִדישן ווערטערבוך אין אַמסטערדאַם

דעם 17טן סעפּטעמבער 2025 איז אין אַמסטערדאַם פֿאָרגעקומען אַ שׂימחה־אָוונט לכּבֿוד יוסטוס וואַן דע קאַמפּ, דעם צונויפֿשטעלער פֿונעם ריזיקן אַרומנעמיקן ייִדיש־האָלענדיקן ווערטערבוך, איבער וועלכן ער האָט זיך פֿרײַוויליק און מיט גרויס התלהבֿות געמיט במשך פֿון מער ווי 35 יאָר. דער רעזולטאַט פֿון דער דאָזיקער לאַנג־יאָריקער מי איז דאָס אומזיסטע אָנלײַן־ווערטערבוך, וואָס אַנטהאַלט איבער 100 טויזנט ווערטער און מער ווי 24 מוסטער־פֿראַזעס. אַחוץ די אויפֿטריטן פֿון ייִדיש־מומחים, איז די אונטערנעמונג געווען באַגלייט מיט אַ מוזיקאַלישער פּראָגראַם פֿון דער זינגערין שוראַ ליפּאָווסקי.