פּרעזענטאַציעס פֿון ייִדיש־רוסישער זאַמלונג מלחמה־לידער
אין מאָסקווע זענען דורכגעגאַנגען אַ צאָל פּרעזענטאַציעס פֿון דער ניט לאַנג צוריק דערשינענער צוויי־שפּראַכיקער ייִדיש־רוסישער לידער־זאַמלונג "ס׳וועט ווײַטער זינגען הויך זײַן גראַם", וווּ עס זענען אַרײַן ווערק פֿון 23 סאָוועטישע ייִדישע דיכטער, אומגעקומענע אויפֿן פֿראָנט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
דאָס בוך איז געווידמעט דעם 80־יאָריקן יוביליי פֿונעם נצחון איבער די נאַציס. די לידער, וואָס זענען פֿריִער געווען פּובליקירט אין דער סאָוועטישער זאַמלונג "די לירע" (1985), האָט די ביראָבידזשאַנער דיכטערין אַלאַ אַקימענקאָ צום ערשטן מאָל איבערגעזעצט אויף רוסיש.
דאָס נײַע בוך איז פּרעכטיק אילוסטרירט אַ דאַנק דעם קינסטלער וולאַדיסלאַוו צאַפּ. ער איז דער הויפּט־אילוסטראַטאָר פֿון דער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן", דער שאַפֿער פֿון פֿילצאָליקע סקולפּטורן און אַנדערע קונסט־ווערק אין ביראָבידזשאַן.
די אָפֿיציעלע פּרעזענטאַציע האָט יעלענע סאַראַשעווסקאַיאַ, די הויפּט־רעדאַקטאָרין פֿון "ביראָבידזשאַנער שטערן", די איניציאַטאָרין און ראָש פֿונעם בוך־פּראָיעקט, דורכגעפֿירט מיט אַרטיסטן אויף אַ טעאַטראַליזירטן אופֿן דעם 30סטן אינעם מאָסקווער נאַציאָנאַלן צענטער "רוסלאַנד".
מיט עטלעכע טעג פֿריִער, דעם 20סטן און 21סטן אָקטאָבער, האָבן דאָס בוך אומאָפּהענגיק פּרעזענטירט צוויי קאָרעספּאָנדערטן פֿונעם "שטערן" – יואל מאַטוועיעוו און ליובאָוו לאַווראָוואַ. זייערע פּרעזענטאַציעס, אויך אין מאָסקווע, זענען געווען באַגלייט מיטן פֿאָרלייענען לידער פֿון אַנדערע ייִדישע פּאָעטן, אָנגעשריבן בעת דער מלחמה, בפֿרט שמואל האַלקין (1897 – 1960). דעם 21סטן סעפּטעמבער האָט מען אָפּגעמערקט זײַן 65סטן יאָרצײַט. פּרעזענטאַציעס און טעלעוויזיע־רעפּאָרטאַזשן וועגן דער זאַמלונג זענען אויך דורך אין ביראָבידזשאַן גופֿא.
