Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

אומזיסטע ייִדיש־לימודים אויף רוסיש אָנלײַן

מיר זענען צופֿרידן צו מעלדן אונדזערע לייענער, אַז אָנהייבנדיק פֿון אָקטאָבער 2025 האָט דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון אונדזער וועבזײַט, יואל מאַטוועיעוו, אָנגעהויבן פֿירן אומזיסטע ייִדיש־לימודים אויף רוסיש אָנלײַן, אָריענטירטע אויף תּלמידים פֿון מיטל־ניוואָ, וואָס קענען שוין דעם אַלף־בית און די סאַמע יסודות פֿון דער שפּראַך.

די לימודים ווערן געוויינטלעך געפֿירט יעדן זונטיק, 4 ביז 5 אַזייגער בײַטאָג לויט דער מאָסקווער צײַט. דער גענויער גראַפֿיק, היימאַרבעט, וועכנטלעכע פּרעזענטאַציעס און אַנדערע פּרטים ווערן באַהאַנדלט אין אַ ספּעציעלן טעלעגראַם־קאַנאַל. עס קאָן זײַן, אַז אין דער צוקונפֿט וועט יואל מאַטוועיעוו פֿאַרברייטערן זײַנע לימודים פֿאַר אַנדערע מדרגות און פֿאַרן ענגליש־רעדנדיקן עולם.