אַ פּעטערבורגער אָוונט פֿון ייִדישער פּאָעזיע
די קינסטלערישע אויסשטעלונג "אַ שטעטל אויף דער פֿאָנטאַנקע. פֿון שאַגאַל ביז הײַנט", וואָס מיר האָבן געשריבן וועגן איר אין יולי, האָט זיך געשלאָסן מיט אַ פּאָעטישן אָוונט. אַ ריי דיכטער און איבערזעצער האָבן פֿאָרגעלייענט זייערע רוסישע איבערזעצונגען פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, משה קולבאַק, לייב קוויטקאָ, אַהרן גלאַנץ־לייעלעס און אַנדערע באַקאַנטע ייִדישע פּאָעטן. מיר לייגן פֿאָר אַ ווידעאָ מיט אַ פֿראַגמענט פֿונעם דאָזיקן אָוונט, וווּ יואל מאַטוועיעוו, דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון אָט דער וועבזײַט, לייענט פֿאָר זײַנע איבערזעצונגען פֿון ייִדישער פּאָעזיע.
