Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

רילקע און מאַנדעלשטאַם אויף ייִדיש

אינעם פּעטערבורגער ייִדישן קהילה־צענטער איז פֿאָרגעקומען אַ פּאָעטישער אָוונט בראָש מיטן הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון אונדזער וועבזײַט יואל מאַטוועיעוו, וועלכער האָט פֿאָרגעשטעלט אַ גאַנצע ריי לידער פֿון רײַנער מאַריִאַ רילקע און אָסיפּ מאַנדעלשטאַם אין זײַנע איבערזעצונגען אויף ייִדיש. באַלד נאָך דער אונטערנעמונג זענען זיי דערשינען אין דער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן".

מאַנדעלשטאַמס לידער האָבן שוין איבערגעזעצט אויף ייִדיש עטלעכע דיכטער, בתוכם אַהרן ווערגעליס, דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם סאָוועטישן ייִדישן ליטעראַריש־קינסטלערישן זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". אויף וויפֿל מיר ווייסן, האָט מאַטוועיעוו איבערגעזעצט רילקע צום ערשטן מאָל.

ווי באַקאַנט, איז ייִדיש ענלעך אויף דײַטש. די שפּראַכן שיידן זיך אָבער אונטער גאַנץ ממשותדיק אין יעדן אַספּעקט. ווי דער איבערזעצער דערקלערט אין "ביראָבידזשאַנער שטערן", האָט ער געמוזט איבערשרײַבן יעדע שורה פֿון רילקען אויף ס׳נײַ. להיפּוך צו דער פֿאַלשער השערה פֿון געוויסע מענטשן, איז פּשוט אוממעגלעך "אַ ביסל פֿאַרריכטן" אַ דײַטשישן טעקסט און פֿאַרוואַנדלען אים אין אַ ייִדישן.

וואָס שייך דער גרויסער ירושה פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד", זענען מיר צופֿרידן מודיע צו זײַן אונדזערע לייענער, אַז ס׳רובֿ נומערן פֿונעם דאָזיקן זשורנאַל, פֿון 1961 ביז 1991, האָבן מיר שוין דיגיטאַליזירט און אַרויסגעשטעלט אויף אונדזער וועבזײַט. אינגיכן האָפֿן מיר פֿאָרצושטעלן אַלע בענדער פֿון דער דאָזיקער גאָר וויכטיקער היסטאָרישער אויסגאַבע, וווּ עס פֿלעגן אָפֿט פּובליקירט ווערן איבערזעצונגען פֿון רוסיש און אַנדערע לשונות אויף ייִדיש.