Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

ייִדיש־קולטור

די קולטור פֿון אַשכּנזישע ייִדן איז באַגרינדעט אויף דער ייִדישער שפּראַך. ביז די לעצטע יאָרצענדליקער, ווען רובא־דרובא פֿון די אַשכּנזים האָבן אויפֿגעהערט רעדן אויף זייער היסטאָריש מאַמע־לשון, האָט ייִדיש אַמשטאַרקסטן געווירקט פֿאַרקיש אויף אַלע אַספּעקטן פֿון זייער קולטור.

ישׂשכר־בער ריבאַק. 1922

אויפֿן ערשטן בליק, קאָן עמעצער טענהן, אַז דער באַגריף "ייִדיש־קולטור" איז איבעריק. מיר וואָלטן געקאָנט רעדן פֿון דער אַשכּנזישער קולטור; ייִדיש איז דאָך איר שפּראַכלעכער אינטעגראַלער טייל. באַזונדערס ספֿקדיק קלינגט אַזאַ באַגריף אויף פֿאַרשיידענע אַנדערע לשונות – ווי אַ קאַלקע פֿונעם ענגלישן אויסדרוק Yiddish culture. למשל, אויף רוסיש, בפֿרט אין די סאָוועטישע צײַטן, האָט מען ייִדיש פּשוט באַצייכנט ווי די ייִדישע שפּראַך ("еврейский язык"), דהײַנו די שפּראַך פֿון ייִדן. דאָס שטימט, אַוודאי, מיטן באַדײַט פֿונעם עצם־וואָרט "ייִדיש".

פֿונדעסטוועגן, מיינען מיר, אַז דער באַגריף "ייִדיש־קולטור" איז פּאַסיק אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן און דווקא וויכטיק ווי אַ קאָנצעפּציע. ס׳איז אַ גוט ייִדיש וואָרט, ניט קיין קאַלקע. דער אויסדרוק "ייִדישע קולטור" אַסאָציירט זיך הײַנט דווקא מיט ייִדן, בפֿרט מיט די אַשכּנזים. פֿאַרשיידענע קולטור־אויסדרוקן, וואָס האָבן אַ שײַכות צו ייִדיש ווי אַ שפּראַך, זענען אָבער גובֿר די גרענעצן פֿון דער ייִדישער צי אַשכּנזישער אינדענטיפֿיקאַציע. דער באַקאַנטער היסטאָריקער זלמן זילבערצווײַג (1894 – 1972) דערמאָנט פֿון צײַט צו צײַט "ייִדיש־קולטור" אין זײַן מאָנומענטאַלן 6־בענדיקן "לעקסיקאָן פֿון ייִדישן טעאַטער", כּדי אונטערצושטרײַכן דעם חילוק צווישן דעם ייִדישן פֿאָלק און זײַן היסטאָריש לשון. ווײַט ניט אַלע ייִדישע אַקטיאָרן און ייִדישיסטן זענען הײַנט ייִדן.

לאָמיר זיך דערמאָנען, אַז לכל־הפּחות במשך פֿון דרײַ יאָרהונדערטער זענען די אַשכּנזים געווען די גרעסטע ייִדישע עדה, וואָס האָט געשפּילט די פֿירנדיקע ראָלע אינעם קולטורעלן, רעליגיעזן און פּאָליטישן לעבן פֿון ייִדן בכלל. יענע אַשכּנזים, וואָס האָבן זיך בכּיוון אָפּגעזאָגט פֿון ייִדיש לטובֿת העברעיִש – דערצו אַ נײַעם מין העברעיִש, וואָס קלינגט אַנדערש ווי דער טראַדיציאָנעלער אַשכּנזישער לשון־קודש – זענען געוואָרן דער יאָדער פֿון דער נײַער העברעיִש־רעדנדיקער ישׂראלדיקער נאַציע, וואָס פֿורעמט זיך נאָך אויס פֿאַר אונדזערע אויגן. איר קולטור שיידט זיך שטאַרק אונטער פֿון דעם, וואָס מע קאָן אין וועלכן־ניט־איז זין דעפֿינירן ווי ייִדיש־קולטור.

די ישׂראלדיקע נאַציע האַלט נאָך אין קאָנסאָלידירט ווערן. אַ באַזונדערער סובקולטורעלער שיכט אין איר באַטראַכט זיך ווי אַשכּנזים – אָבער, געוויינטלעך, אָן קיין שײַכות צו דער ייִדישער שפּראַך. דעריבער, כּדי אויסצומײַדן דעם פּלאָנטער, איז כּדאַי אײַנצופֿירן דעם באַגריף "ייִדיש־קולטור" אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן, כּדי – נאָכאַמאָל – אונטערצושטרײַכן דווקא דאָס לשון.

כראָנאָלאָגיש און קאָנצעפּטועל, קאָן מען אײַנטיילן די ייִדיש־קולטור אין איר פֿריִיִקער און נײַער פֿאָרם. צו דער פֿריִיִקער ייִדיש־קולטור געהערט, קודם־כּל, דער פֿאָלקלאָר און די ווערק פֿון פֿאַרשיידענע מחברים, וואָס האָבן אָפֿט געשעפּט זייער באַגײַסטערונג פֿון פֿאָלקלאָרישע קוואַלן. אַזעלכע ווערק, אין פֿאַרשיידענע דיכטערישע און פּראָזאַיִשע זשאַנערס, זענען געשאַפֿן געוואָרן אויף ייִדיש אָנהייבנדיק פֿון 14טן, און נאָך געבליט אין אָנהייב דעם 19טן יאָרהונדערט. דער אויפֿקום פֿון דער נײַער ליטעראַטור אויף ייִדיש איז געווען אַ דירעקטע פּראַקטישע תּוצאה פֿון דער השׂכלה־טעטיקייט. די משׂכּילים האָט געשטרעבט צו מאָדערניזירן דאָס ייִדישע לעבן, כאָטש אידעאָלאָגיש האָבן זיי זיך באַצויגן צו ייִדיש זייער נעגאַטיוו. פֿונדעסטוועגן, האָבן אַ צאָל פּראָמינענטע משׂכּילישע מחברים געשריבן אויף ייִדיש און אײַנגעפֿירט אין אונדזער ליטעראַטור די מאָדערנע אייראָפּעיִשע זשאַנערס פֿון זייער תּקופֿה.

אין די 1870ער און 1880ער יאָרן הייבט זיך אָן אין דער ייִדיש־קולטור אַ שטורעמדיקער אַנטוויקלונג־פּראָצעס. די קלאַסיקער פֿון דער נײַער ייִדישער פּראָזע, וואָס האָבן זי אויפֿגעהויבן ביז דער מדריגה פֿון די פֿירנדיקע אייראָפּעיִשע ליטעראַרישע טראַדיציעס, זענען געוואָרן מענדעלע מוכר־ספֿרים (אמתער נאָמען – שלום־יעקבֿ אַבראַמאָוויטש, 1836–1917), יצחק־לייבוש פּרץ (1852–1915) און שלום־עליכם (שלום ראַבינאָוויטש, 1859–1916). 

פּרץ האָט אויך פֿאַרלייגט די יסודות פֿון דער נײַער ייִדישער פּאָעזיע, צוזאַמען מיט שמעון־שמואל פֿרוג (1860–1916). דער דראַמאַטורג, פּאָעט און רעזשיסאָר אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען (אמתער פֿאַמיליע־נאָמען גאָלדענפֿאָדען, 1840–1908) ווערט מיט יושר אָנגערופֿן דער פֿאָטער פֿונעם פּראָפֿעסיאָנעלן טעאַטער אויף ייִדיש און פֿון ייִדישן טעאַטער בכלל. צוערשט, האָט אויף דעם פּראָפֿעסיאָנעלן ייִדישן טעאַטער גאָר שטאַרק משפּיע געווען די אַלטע פֿאָלק־טעאַטראַלישע טראַדיציע פֿון פּורים־שפּילן און בדחנים, וואָס געהערט נאָך צו דער פֿריִיִקער ייִדיש־קולטור. די אַלטע טראַדיציעס פֿון כּלי־זמרים האָבן פֿאַרלייגט די יסודות פֿון דער פּראָפֿעסיאָנעלער ייִדישער מוזיק, און אויך ממשותדיק משפּיע געווען אויף דעם פּראָפֿעסיאָנעלן טעאַטער.

בײַם אָנהייב, האָט אַ גרויסער טייל פֿון דער ייִדישער אינטעלעקטועלער עליטע זיך באַצויגן צו דער נײַער ייִדיש־קולטור מיט אַ היפּשן פֿאַרראַכט. די סיבה דערפֿון איז געווען, אַז אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער קהילה האָט זיך די הויכע קולטור אַסאָציִיִרט מיט לשון־קודש, און ייִדיש האָט מען באַטראַכט בלויז ווי אַ "נידעריקע" פֿאָלקס־שפּראַך. די משׂכּילים, אַפֿילו שרײַבנדיק אַליין אויף ייִדיש, האָבן אים בפֿירוש גרינגגעשעצט און ביטולדיק גערופֿן אַ "זשאַרגאָן".

דער מצבֿ האָט אָנגעהויבן זיך בײַטן אין די 1880ער יאָר, אַ דאַנק דער ייִדישיסטישער מאָדעל פֿונעם ייִדישן נאַציאָנאַלן ווידערגעבורט, וועלכע האָט זיך דעמאָלט אָנגעהויבן צו פֿאָרמירן. דער צוועק פֿון ייִדישיזם איז געווען צו שאַפֿן אַ מאָדערנע נאַציאָנאַלע ייִדישע קולטור אויפֿן סמך פֿון ייִדיש – די טראַדיציאָנעלע שמועס־שפּראַך פֿון די אַשכּנזישע ייִדן, וואָס האָבן באַטראָפֿן די מערהייט פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק. יצחק־לייבוש פּרץ האָט אַקטיוו פּראָפּאַגאַנדירט אַזאַ געדאַנק. צוויי נאַציאָנאַלע ייִדישע היסטאָריקער און ליטעראַטור־קריטיקער, שמעון דובנאָוו (1860–1941) און ישׂראל צינבערג (1873–1939), הגם אַליין האָבן זיי געשריבן בעיקר אויף רוסיש, האָבן מיט וויסנשאַפֿטלעכע און היסטאָרישע אַרגומענטן באַטאָנט, אַז ס׳איז וויכטיק און נייטיק צו אַנטוויקלען די ליטעראַטור אויף ייִדיש

נאָך בײַם סאַמע אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָט מען ביסלעכווײַז אויפֿגעהערט צו באַהאַנדלען ייִדיש ווי אַ "נידעריקע" שפּראַך. פּאַראַדאָקסאַל, האָט אַ גרויסע ראָלע אין דעם געשפּילט חיים־נחמן ביאַליק (1873–1934). קיין ייִדישיסט איז ער ניט געווען און איז צום מערסטן באַקאַנט ווי אַ קלאַסיקער פֿון דער נײַער העברעיִשער פּאָעזיע. פֿונדעסטוועגן, האָט ער אויך איבערגעלאָזט אַ רעלאַטיוו קליינעם, אָבער זייער השפּעהדיקן קאָרפּוס לידער אויף ייִדיש.

אַ וויכטיק מײַלשטיין־געשעעניש איז פֿאָרגעקומען אינעם יאָר 1908 אין טשעראָנאָוויץ: די ערשטע קאָנפֿערענץ פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט באַקאַנטע ייִדישע ליטעראַטן און כּלל־טוער, אָנהענגער פֿון אַ מער ראַדיקאַלער ווערסיע פֿון דער ייִדישיסטישער אידעאָלאָגיע. לויט דער רעזאָלוציע פֿון דער קאָנפֿערענץ, איז ייִדיש "אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿונעם ייִדישן פֿאָלק". הגם די מחברים פֿון דער רעזאָלוציע האָבן זיך אײַנגעהאַלטן פֿונעם אָנרופֿן ייִדיש מער תּוקפֿדיק "די" נאַציאָנאַלע שפּראַך, האָט די דעקלאַראַציע אַרויסגערופֿן אַ גאַנצן שטורעם פּראָטעסטן מצד דער היפּוכדיקער מחנה פֿון די העברעיִסטן, וועלכע האָבן געגלייבט, אַז די ייִדישע נאַציאָנאַלע שפּראַך מוז זײַן רק העברעיִש.

אַ דאַנק דעם פּראָזאַיִקער און דראַמאַטורג שלום אַש (1880–1957), וועלכער ווערט צומאָל באַטראַכט ווי "דער פֿערטער קלאַסיקער" פֿון ייִדישער פּראָזע, האָבן אַ גרויסע צאָל באַגאַבטע יונגע מחברים באַשלאָסן צו שרײַבן דווקא אויף ייִדיש. אין אַ גרויסער מאָס, איז די גרויסע אויטאָריטעט פֿון אַשן פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס זײַנע ווערק האָבן שטאַרק אויסגענומען אין דער גרויסער וועלט, ניט נאָר בײַ ייִדן. למשל, ווען ער האָט אָנגעשריבן זײַן פּיעסע "גאָט פֿון נקמה" אין 1906, האָט זי זיך אינגיכן באַוויזן אויף רוסיש און דײַטשיש, און מע האָט זי געשפּילט אין טעאַטערס אויף די דאָזיקע שפּראַכן נאָך פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה, און דערנאָך אויף אַ צענדליק אַנדערע אייראָפּעיִשע שפּראַכן. אין 1912 האָט מען לויט די מאָטיוון פֿון אָט־דער דראַמע אַפֿילו געשאַפֿן אין רוסלאַנד אַ שטומען פֿילם.

ווען די ייִדישע אינטעליגענץ האָט פֿאַרשטאַנען דאָס חשיבֿות פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס־קולטור, האָט עס געבראַכט, צווישן אַנדערן, צו דער פֿאַרווירקלעכונג פֿון צוויי וויכטיקע פּראָיעקטן אין רוסלאַנד, וואָס האָבן שטאַרק באַאײַנפֿלוסט די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדיש־קולטור:

1. אין 1908 איז אין רוסלאַנד געגרינדעט געוואָרן די געזעלשאַפֿט פֿון ייִדישער פֿאָלקס־מוזיק. צווישן אַנדערע אויפֿגאַבעס, האָט זי געשטעלט דעם ציל צו רעקאָרדירן, פֿאַרעפֿנטלעכן און פּאָפּולאַריזירן ייִדישע פֿאָלקס־לידער. לויט אירע תּקנות, האָט זי אויך געשטרעבט צו שטודירן און אַנטוויקלען כּלערליי אַנדערע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער מוזיקאַלישער פֿאָלק־ירושה, גערופֿן די קאָמפּאָזיטאָרן צו שאַפֿן אייגענע ווערק אין כּמו־פֿאָלקישע סטילן, אָרגאַניזירט קאָנצערטן, שמועסן און לעקציעס. די געזעלשאַפֿט האָט זיך אָנגעפֿירט אויף אַ קאָלעקטיוון שטייגער. דער ראָש פֿון איר פֿירערשאַפֿט איז געווען דער זינגער יוסף תּמרס (1867 – 1934). אין איר מוזיקאַלישן קאָמיטעט האָבן זיך באַטייליקט אַזעלכע קאָמפּאָזיטאָרן, ווי אליעזר סאַמינסקי (1882 – 1959), מיכאל גנעסין (1883 – 1957), אַלכּסנדר זשיטאָמירסקי (1881 – 1937), דוד טשערנאָמאָרדיקאָוו (1883 – 1947) א״אַ.

2. אינעם זעלבן יאָר האָט מען געשאַפֿן די ייִדישע היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישע געזעלשאַפֿט בראָש מיטן דעפּוטאַט פֿון דער מלוכישער דומע מאַקסיק ווינאַווער (1862–1926). צווישן אירע פֿאָרלויפֿער זענען געווען אַ צאָל פֿריִערע אָרגאַניזאַציעס, אָנהייבנדיק פֿון דער "געזעלשאַפֿט פֿאַר קולטור־פֿאַרשפּרייטונג צווישן ייִדן אין רוסלאַנד" (ОПЕ), פֿאָרמירט אין 1863. די ייִדישע היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישע געזעלשאַפֿט האָט אַרויסגעגעבן אויף רוסיש דעם היסטאָריש־וויסנשאַפֿטלעכן זשורנאַל "דאָס ייִדישע אַלטנטום" ("Еврейская старина"), רעדאַגירט דורך שמעון דובנאָוו. ווי געזאָגט, איז ער געווען אַן אָנגעזעענער שטיצער פֿון ייִדיש־קולטור. מיט דער הילף פֿון דער דאָזיקער געזעלשאַפֿט האָט מען אין 1912–1914 דורכגעפֿירט די ייִדישע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס, אָנגעפֿירט דורכן רוסישן און ייִדישן פּראָזאַיִקער, פּאָעט און דראַמאַטורג ש. אַנ־סקי (אמתער נאָמען – שלמה־זאַנוול ראַפּאָפּאָרט, 1865–1920). די עקספּעדיציעס זענען אַרומגעפֿאָרן איבער די ייִדישע שטעטלעך אינעם תּחום־המושבֿ און געזאַמלט אַ ריזיקע צאָל פּרײַזלאָזע עטנאָגראַפֿישע מאַטעריאַלן.

ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה האָבן די ייִדישע ליטעראַטור און טעאַטער שוין באַהערשט אַלע דערגרייכונגען פֿונעם אייראָפּעיִשן און אַמעריקאַנער מאָדערניזם, און אין דער תּקופֿה צוויישן די צוויי וועלט־מלחמות האָבן זיי דערגרייכט די מדרגה פֿון די פֿירנדיקע אייראָפּעיִשע ליטעראַרישע און טעאַטראַלישע טראַדיציעס. אַז מע רעדט פֿונעם ייִדישן טעאַטער, איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז אינעם יאָר 1904 איז אין ניו־יאָרק אויפֿגעקומען דער ייִדישער "גראַנד־טעאַטער"; אין 1915 איז געשאַפֿן געוואָרן די "ווילנער טרופּע"; אין 1920 איז אין מאָסקווע געגרינדעט געוואָרן דער מלוכישער ייִדישער טעאַטער (גאָסעט, אויך באַקאַנט ווי "מיכאָעלס־טעאַטער").

אַן אַנדער וויכטיקער אַספּעקט פֿון יענצײַטיקער ייִדישער קולטור איז געווען די קינאָ־אינדוסטריע, וואָס האָט זיך צעבליט אין עטלעכע לענדער, בפֿרט די פּוילן און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די ערשטע פֿילמען אויף ייִדיש זענען געווען שטומע, דערנאָך – מיט אונטערקעפּלעך, און שפּעטער – פֿולמעסיקע קלאַנגיקע פֿילמען פֿון אַ הויכער קוואַליטעט. בסך־הכּל, האָט מען אינעם פּעריאָד פֿון 1910 ביז 1940 אַרויסגעלאָזט בערך 130 פֿולמעסיקע אין אַרום 30 קורצע פֿילמען אויף ייִדיש.

אין דער זעלבער תּקופֿה האָט זיך אַנטוויקלט די מאָדערניסטישע ייִדישע מאָלערײַ־קונסט, פֿעסט פֿאַרבונדן מיט דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור, טעאַטער און קינעמאַטאָגראַפֿיע. לאָמיר דערמאָנען אַזעלכע מײַסטערס, ווי מאַקס וועבער (1881–1961), מאַרק שאַגאַל (1887–1985), על ליסיצקי (1890–1941), הענריק בערלעווי (1894–1967), ישׂשכר־בער ריבאַק (1897–1935), באָריס אַראָנסאָן (1900–1980) א"אַ. ייִדיש איז געווען דאָס מאַמע־לשון פֿון ס׳רובֿ ייִדישע קינסטלער־מאָדערניסטן און ייִדיש־קולטור האָט משפּיע געווען אויף זייערע ווערק. אַחוץ ייִדישלעכע טעמעס און אָפּשפּיגלונגען פֿונעם ייִדישן שטעטל, האָבן זיי אילוסטרירט ייִדישע ביכער, אָפֿט מיט טעקסט־אויסצוגן אויף דער דאָזיקער שפּראַך, אַרײַנגעפֿלאָכטן ווי אַ דעקאָראַטיווער עלעמענט אין זייער גראַפֿישן דיזײַן, דעקאָרירט סצענעס פֿונעם ייִדישן טעאַטער, ווי אויך – זייער וויכטיק – פֿאַרעפֿנטלעכט זייערע אייגענע עסייען, דערציילונגען און לידער אויף ייִדיש.

צום בײַשפּיל, האָט שאַגאַל אָנגעשריבן אַ סך אַרטיקלען וועגן קונסט און ליטעראַטור אויף ייִדיש, ווי אויך דיכטערישע ווערק. ליסיצקי, אַ באַרימטער קינסטלער און אַרכיטעקטאָר, האָט אָנגעהויבן זײַן קאַריערע פֿון ייִדישע ביכער־אילוסטראַציעס פֿאַר קינדער. ייִדיש איז געווען די שפּראַך, אויף וועלכער די ייִדישע קינסטלער האָבן געפֿירט אַקטיווע דיסקוסיעס אין פֿאַרשיידענע זשורנאַלן וועגן די נײַסטע נטיות אין דער אַוואַנגאַרד־קונסט, און אויף וועלכער עס זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן גאָר אינטערעסאַנטע קונסט־קאָנצעפּציעס און מאַניפֿעסטן.

צו דער ייִדיש־קולטור געהערט, אין אַ געוויסער מאָס, אויך די וויסנשאַפֿטלעכע טעטיקייט אויף ייִדיש אָדער אין שײַכות מיט ייִדיש (וואָס שייך לינגוויסטיק, פֿאָלקלאָר, ליטעראַטור־פֿאָרשונג, וכּדומה). אַזאַ טעטיקייט האָט זיך אָנגעהויבן אין די 1910ער יאָרן און בליט נאָך אַלץ. אין אַ גאַנצער ריי אוניווערסיטעטן אַרום דער וועלט פֿונקציאָנירן הײַנט וויסנשאַפֿטלעכע צענטערס, וואָס ספּעציאַליזירן זיך אין ייִדיש און ייִדיש־קולטור. קודם־כּל, איז וויכטיק צו דערמאָנען דעם באַרימטן ניו־יאָרקער ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט (ייִוואָ), געגרינדעט אין 1925. פּראָפֿ׳ דובֿ־בער קערלער פֿירט אָן מיט דער פּראָגראַם פֿון ייִדיש־פֿאָרשונגען אינעם אָפּטייל פֿון גערמאַנישע שטודיעס בײַם אינדיאַנע־אוניווערסיטעט אין בלומינגטאָן. פּראָפֿ' מאַריאָן אַפּטראָאָט פֿירט אָן מיט שטודיעס פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור אינעם אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון הײַנריך הײַנע אין דיסלדאָרף. דאָס זענען בלויז אייניקע פֿון אַ סך אַנדערע בײַשפּילן.

מיט די אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן זענען אויך פֿאַרבונדן גאָר פּרעסטיזשפֿולע ייִדיש־קורסן. דער עצם־פֿאַקט, אַז זיי עקזיסטירן און ציִען צו סײַ ייִדן, סײַ ניט־ייִדן, זאָגט עדות, אַז דער אינטערעס צו דער ייִדיש־קולטור בלײַבט און אַפֿילו האַלט אין וואַקסן. ווי אַ רעזולטאַט, טרעפֿן זיך נײַע ייִדיש־רעדער, וואָס האָבן אויסגעלערנט ייִדיש ווי אַ צווייטע שפּראַך. מע זעט אויך, אַז בײַ די אַזוי־גערופֿונע האַלב־רעדער – די, וואָס קענען אַ ביסל ייִדיש פֿון דער היים, נאָר זענען ווײַט ניט קיין שפּראַך־מומחים – שטײַגן דער ניוואָ פֿון שפּראַך־קאָמפּעטענץ. עס באַקומט זיך, אַז הגם די צאָל ייִדיש־רעדער פֿון די אַלטע דורות איז האַסטיק געפֿאַלן במשך פֿון די לעצטע יאָרצענדליקער, ווערט זי טיילווײַז קאָמפּענסירט.

נאָך אַ זאַך צו נעמען אין באַטראַכט: דער דורכשניטלעכער בילדונג־ניוואָ פֿון די נײַע ייִדיש־רעדער איז געוויינלעך זייער הויך, און דערצו זענען זיי זייער מאָטיווירט צו באַהערשן די אוצרות פֿון דער ייִדיש־קולטור. אַזעלכע געבילדעטע און ענערגישע לייענער סטימולירן ניט בלויז די ווײַטערדיקע פֿאַרהיטונג, נאָר די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. ס׳איז וויכטיק מדגיש צו זײַן, אַז הײַנט שרײַבן אויף ייִדיש – און צומאָל נאָר אויף ייִדיש – צענדליקער מחברים, וואָס זענען שוין געבוירן געוואָרן נאָכן חורבן. זינט 2017 גייט אַרויס פּאַראַלעל אין ישׂראל און שוועדן דער אומאָפּהענגיקער ליטעראַרישער קוואַרטאַל־זשורנאַל "ייִדישלאַנד". אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט פֿון רוסלאַנד גייט זינט 2012 אַרויס דער צוויי־שפּראַכיקער ייִדיש־רוסישער אַלמאַנאַך "ביראָבידזשאַן". אין ניו־יאָרק באַזירט זיך דער ליטעראַרישער אינטערנעץ־פּאָרטאַל "ייִדיש בראַנזשע".

חשובֿע ליטעראַרישע מאַטעריאַלן באַווײַזן זיך פֿון צײַט צו צײַט אויף די זײַטלעך פֿון דער וועכנטלעכער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן" אין ביראָבידזשאַן, ווי אויך אין דער ניו־יאָרקער אינטערנעץ־צײַטונג "פֿאָרווערטס". צוויי מאָל אַ יאָר פֿאַרעפֿנטלעכט די ניו־יאָרקער "ייִדיש־ליגע" איר זשורנאַל "אויפֿן שוועל". עס זענען פֿאַראַן אויך ראַדיאָ־פּראָגראַמען אויף ייִדיש און אינטערנעץ־רעסורסן, וואָס שטעלן דעם טראָפּ אויף ליטעראַטור־ענינים. פֿון צײַט צו צײַט דערשײַנען ליטעראַרישע פּראָגראַמען אויף ייִדיש אויפֿן ביראָבידזשאַנער טעלעוויזיע־קאַנאַל "ביראַ".

אין באַהעפֿט מיט דעם גייט אָן די גרויס־מאַסשטאַביקע איבערזעצערישע אַרבעט. סײַ די קלאַסישע, סײַ די פֿרישע ווערק אויף ייִדיש ווערן איבערגעזעצט אויף ענגליש, רוסיש, העברעיִש, פֿראַנצויזיש, דײַטשיש, פּויליש, אוקראַיִניש און אַנדערע שפּראַכן. דאָס אַליין, אַז אַזעלכע איבערזעצונגען דערשײַנען און ווערן פֿאַרקויפֿט, איז אַ לעבעדיקע גבֿית־עדות, אַז דער אינטערעס צו דער ייִדיש־קולטור איז גרויס ניט נאָר בײַ די, וואָס קענען אָדער לערנען ייִדיש, און אַז די ייִדיש־קולטור האָט בכלל גובֿר געווען אירע אָריגינעלע ענגע ראַמען פֿונעם ספּעציפֿיש ייִדישן פֿענאָמען. אַדרבה, זי איז געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל פֿונעם דער אַלמענטשלעכער קולטור

אין ניו־יאָרק, תּל־אָבֿיבֿ און וואַרשע שפּילן הײַנט פּראָפֿעסיאָנעלע טעאַטערס אויף ייִדיש. אַ דאַנק דער סינכראָנישער איבערזעצונג (אין קאָפּהערערס), קאָנען די העברעיִש־ און פּויליש־רעדער אויך אָפּשאַצן דעם ספּעקטאַקל. אַן אַנדער פֿענאָמען איז די כּלי־זמרישע מוזיק, וואָס איז שוין לאַנג געוואָרן אַן אינטערנאַציאָנאַלער מוזיקאַלישער זשאַנער, און פֿאָרט פֿאָדערט זי, נאַטירלעך, לידער־טעקסטן אויף ייִדיש.

די ייִדיש־קולטור לעבט און בליט, כאָטש קיין ממשותדיקע מלוכישע שטיצע קריגן זי וווּ־ניט־איז ניט. ס׳איז געקומען די צײַט פֿאַרסך־הכּלען די פֿאָרלויפֿיקע רעזולטאַטן פֿון די דערמאָנטע אָנגייענדיקע פּראָצעסן, אָפּשאַצן ווי געהעריק די אַלמענטשלעכע ווערט פֿון דער דאָזיקער קולטור, באַטראַכטן די אָפּטימאַלע פֿאָרעמס פֿון טעטיקייט, כּדי זי סיסמעמאַטיש צו באַשרײַבן, פּאָפּולאַריזירן – און צו העלפֿן איר ווײַטער בליִען און זיך אַנטוויקלען.

Yiddish Culture Today