דער ייִדישער טעאַטער אין ניו־יאָרק
אָנהייב דעם 20סטן יאָרהונדערט
אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָט ניו־יאָרק זיך פֿאַרוואַנדלט אין דער היים פֿונעם גרעסטן ייִדישן ציבור אין וועלכער־ניט־איז שטאָט אין דער וועלט, צוליב דער ריזיקער כוואַליע מיזרח־אייראָפּעיִשע אימיגראַנטן, וואָס זענען אַנטלאָפֿן קיין אַמעריקע פֿון פּאָגראָמען צי דיסקרמינאַציע, אָדער פּשוט געהאָפֿט צו געפֿינען אַ נײַ גליק און דער נײַער וועלט.
אינעם פּעריאָד פֿון 1880 ביז 1924 זענען דריטהאַלבן מיליאָן ייִדן אָנגעקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן; אַ סך פֿון זיי האָבן זיך צום סוף באַזעצט אין ניו־יאָרק. אין יענער תּקופֿה איז די נידער־מיזרחדיקע זײַט פֿון מאַנהעט געווען די גרעסטע ייִדישע געגנט אין דער שטאָט, און די בשכנותדיקע געגנט צווישן דעם צווייטן עוועניו, דעם עוועניו B, האַוסטאָן־סטריט און דעם מיזרח־14טער גאַס איז געוואָרן באַקאַנט ווי דער ייִדישער טעאַטער־דיסטריקט אָדער "דער ייִדישער בראָדוויי".
אין 1914 זענען אין ניו־יאָרק געווען 22 ייִדישע דראַמאַטישע טעאַטערס און צוויי אָפּערעטע־טעאַטערס – גאָר אַ גרויסע צאָל – אַרײַנגערעכנט דוד קעסלערס "סעקאָנד עוועניו טעאַטער", באָריס טאָמאַשעווסקיס "נאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער" און יעקבֿ אַדלערס "גראַנד־טעאַטער". צווישן די סיבות, וואָס האָבן געבראַכט צו אַזאַ אויפֿבלי פֿונעם ייִדישן טעאַטראַלן לעבן אין ניו־יאָרק, אָנהייב דעם 20סטן יאָרהונדערט, קאָן מען אָנרופֿן די וויכטיקסטע דרײַ.
1) דער פֿאַרבאָט פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין דער רוסלענדישער אימפּעריע.
צוערשט, האָט דער ייִדישער טעאַטער זיך צעבליט דווקא אין דער רוסלענדישער אימפּעריע. אינעם יאָר 1883 האָט מען אָבער דאָרט פֿאַרווערט אַלע טעאַטראַלע אויפֿפֿירונגען אויף ייִדיש. אַ סך ייִדישע אַקטיאָרן, רעזשיסאָרן און דראַמאַטורגן האָבן פֿאַרלאָזן די פּרנסה און האָבן געמוזט פֿאַרלאָזן רוסלאַנד. אַ סך פֿון זיי האָבן זיך, צום סוף, באַזעצט אין ניו־יאָרק. הגם דער פֿאַרבאָט איז בטל געוואָרן אין 1904, האָט ער גורם געווען אַ לאַנג־טערמיניקען עפֿעקט.
2) ייִדישע מאַסן־אימיגראַציע קיין אַמעריקע.
די שוועריקייטן, אויף וועלכע די ייִדישע טעאַטראַלישע טוער האָבן זיך אָנגעשטויסן אין רוסלאַנד זענען זיך צונויפֿגעפֿאַלן מיט דער אַלגעמיינער מאַסן־עמיגראַציע פֿון רוסישע ייִדן. ווי געזאָגט, איז ניו־יאָרק צוליב דעם געוואָרן די שטאָט מיט דער גרעסטער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין דער וועלט. פֿאַרשטייט זיך, האָבן די טעאַטער־טוער געפֿונען צווישן די אָנגעקומענדיקע אימיגראַנטן אַ גרויסן עולם צושויער.
3) די וואַקסנדיקע פּאָפּולאַריטעט פֿונעם טעאַטער צווישן די ייִדישע אימיגראַנטן.
זינט דעם מיט־18טן יאָרהונדערט, האָט אין ניו־יאָרק געבליט אַ ממשותדיק טעאַטער־לעבן. ביסלעכווײַז, האָבן די ניו־יאָרקער טעאַטער זיך קאָנצענטרירט אין דעם מיטל־ראַיאָן פֿון מאַנהעטן, וואָס איז הײַנט באַקאַנט ווי דער טעאַטער־דיסטריקט. די ייִדישע אימיגראַנטן, וואָס האָבן באַזעצט די דערבײַיִקע געגנט, האָט זיך פֿאַרגלוסט צו האָבן אייגענע פֿאַרווײַל־ערטער אויף זייער אייגענער שפּראַך. דער טעאַטער איז געוואָרן פּאָפּולער צווישן די ייִדישע אַרבעטער, וועלכע האָבן געזוכט, נאָך אַ שווערן מי־טאָג, אַ ביסל קולטורעלע הנאָה אין זייער לעבן. באַלד נאָך זײַן אויפֿקום, האָט דער "ייִדישער בראָדוויי" זיך צעבליט. במשך פֿונעם זעלבן אָוונט, פֿלעגן די אָפּשעצער פֿון געוויסע טעאַטערס און אַקטיאָרן (זייערע "פּאַטריאָטן", ווי מע האָט זיי דעמאָלט גערופֿן) זיך פֿאַרזאַמלען אויף צענדליקער טעאַטראַלישע אויפֿפֿירונגען. דער ייִדישער טעאַטער איז געוואָרן אַ גוט־באַקאַנטער שטאָטישער פֿענאָמען; ייִדישע טעאַטער־נײַעס האָבן זיך כּסדר באַוויזן אויף די זײַטן פֿון ניו־יאָרקער צײַטונגען – אי אויף ייִדיש, אי אויף ענגליש.
דער ייִדישער טעאַטער דערגרייכט זײַן זעניט אין די סוף־1930ער יאָרן. נאָך דעם האָט זײַן פּאָפּולאַריטעט אָנגעהויבן ביסלעכווײַז פֿאַלן. אין דער זעלבער צײַט האָט אויסגעבראָכן די צווייטער וועלט־מלחמה. מיר וועלן דאָ אָנרופֿן צוויי הויפּט־סיבות פֿונעם דאָזיקן פּאַמעלעכן אונטערגאַנג.
1) אַסימילאַציע.
דער ערשטער דור אימיגראַנטן האָבן גערעדט טאָג־טעגלעך אויף ייִדיש. זייער קינדער און אייניקלעך זענען אָבער אויפֿגעוואַקסן ווי נאַטירלעכע ענגליש־רעדער, גוט אינטעגרירטע אין דער אַלגעמיינער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. געוויינטלעך, וואָלטן זיי גיכער געגאַנגען אין אַמעריקאַנער טעאַטערס, וואָס מע האָט געשפּילט אויף ענגליש.
2) דער חורבן.
אין 1924 האָט דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס אײַנגעפֿירט אימיגראַציע־קוואָטעס, וואָס האָבן ממשותדיק פֿאַרקירצט דעם אָנקום פֿון נײַע אימיגראַנטן. בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט מען די דאָזיקע קוואָטעס ניט פֿאַרגרינגערט, דערפֿאַר איז געווען זייער שווער פֿאַר ייִדן צו אַנטלויפֿן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿונעם נאַציסטישן גענאָציד. נאָר אַ רעלאַטיוו קליינער צאָל ייִדישע אימיגראַנטן האָט זיך אײַנגעגעבן צו אימיגרירן קיין אַמעריקע בעת דער מלחמה.
די טראַגישע געשעענישן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט אונטערגעריסן די צוקונפֿט פֿון ייִדיש אין דער גאַנצער וועלט. פֿאַר דער מלחמה האָבן אויף ייִדיש גערעדט בערך 11 מיליאָן מענטשן. די זעקס מיליאָן ייִדן, וואָס זענען אומגעקומען אינעם נאַצי־חורבן, זענען על־פּי־רובֿ געווען ייִדיש־רעדער. הײַנט, אינעם 21סטן יאָרהונדערט, רעדט טאָג־טעגלעך אויף ייִדיש נאָר אַ האַלב מיליאָן מענטשן אַרום דער וועלט (הגם פֿאַרשיידענע באַריכטן גיבן אָן לאַוו־דווקא די זעלבע סטאַטיסטיק). ס׳רובֿ הײַנטיקע אַקטיווע ייִדיש־רעדער זענען חרדישע ייִדן, דער עיקר חסידים, וואָס האַלטן, אַז מע טאָר ניט אַפֿילו גיין אין אַ וועלטלעכן טעאַטער, וואָס אַסאָציִיִרט זיך בײַ זיי מיט הירהורי־עבֿירה און כּפֿירה. צו אָרגאַניזירן אַזעלכע אונטערנעמונגען איז בײַ זיי, פֿאַרשטייט זיך, זיכער אָסור.
די גאַסן פֿון נידער־מיזרחדיקן מאַנהעטן און איסט־ווילעדזש אַסאָציִיִרן זיך נאָך אַלץ מיט אַ רײַך קולטור־לעבן. ווייניק וואָס דערמאָנט אָבער אין זייער ייִדישן עבֿר און אינעם ייִדישן טעאַטער, וועלכער איז אַמאָל געווען די עיקרדיקע מערקווירדיקייט פֿון די דאָזיקע ראַיאָנען. ס׳איז זיכער כּדאַי צו באַזוכן די "שטערן־סטעזשקע פֿונעם ייִדישן טעאַטער" (Yiddish Theater Walk of Fame), ענלעך אויף דער "שטערן־סטעזשקע" אין האָליוווּד, וווּ די נעמען פֿון באַרימטע אַרטיסטן, דראַמאַטורגן, רעזשיסאָרן און קאָמפּאָזיטאָרן זענען אויסגעקריצט אויפֿן טראָטואַר. דער דאָזיקער דענקמאָל געפֿינט אויפֿן ראָג צווישן דעם צווייטן עוועניו און דער מיזרח־10טער גאַס, אין פֿאָרנט פֿונעם בנין, וווּ אַמאָל איז געווען דער באַרימטער "דעלי אויפֿן צווייטן עוועניו" – אַן אַנדער היסטאָרישער דענקמאָל פֿונעם ייִדישן לעבן, וואָס האָט אַמאָל געבליט אין נידער־מאַנהעטן. דער דעלי האָט זיך געעפֿנט אויפֿן דאָזיקן אַדרעס אינעם יאָר 1954, אינעם סאַמע האַרץ פֿונעם אונטערגייענדיקן טעאַטער־דיסטריקט; ער עקזיסטירט נאָך אַלץ ווי אַ כּשר דעליקאַטעסן־געשעפֿט, נאָר אין אַן אַנדער אָרט.
די "שטערן־סטעזשקע פֿונעם ייִדישן טעאַטער" איז באַצירט מיט אַזעלכע גרויסע נעמען, וואָס אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, באָריס טאָמאַשעווסקי, מאָלי פּיקאָן, אידאַ קאַמינסקי, יוסף בולאָף, ליובאַ קאַדיסאָן, שלום סעקונדאַ, אַלכּסנדר אָלשאַנעצקי, יוסף רומשינסקי, משה עושר, מנשה סקולניק, די שוועסטער בערי, הערמאַן יאַבלאָקאָף און מאָריס שוואַרץ. אַן אַנדער היסטאָרישער דענקמאָל איז דער באַשיידענער קאַלכשטיין־בנין אויף דער מיזרח־7ער גאַס, וווּ עס האָט זיך געפֿונען דער "פֿאַראיין פֿון העברעיִשע אַקטיאָרן" – זינט 1899, ווען מע האָט געגרינדעט די אָרגאַניזאַציע, ביז 2005, ווען מע האָט זי פֿאַרמאַכט. "העברעיִשע" מיינט דאָ ייִדן; שפּילן האָבן זיי געשפּילט אויף ייִדיש.
פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה זענען אין ניו־יאָרק געווען 24 טעאַטערס, וואָס האָבן געשפּילט אויף ייִדיש; הײַנט בלײַבן נאָר צוויי: דער נאַציאָנאַלער ייִדישער טעאַטער "פֿאָלקסבינע" און דער "ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער". די שאַפֿונגען פֿון "פֿאָלקסבינע" ווערן אָפֿט באַגלייט מיט ענגלישע און צומאָל רוסישע אונטערקעפּלעך. דער "ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער" רופֿט זיך אַ "פֿילשפּראַכיקער טעאַטער", הגם למעשׂה שטעלט ער דעם טראָפּ דווקא אויף ייִדיש.
ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז די ייִדיש־רעדנדיקער פֿרומע קהילות פֿירן אויך דורך זייערע אייגענע טעאַטראַלישע ספּעקטאַקלען, אָבער אין אַ ספּעציפֿישער פֿאָרעם: מענער און פֿרויען זענען שטרענג צעטיילט, די סוזשעטן זענען פֿרום־געשטימטע, אָן קיין שום שפּור עראָטישע עלעמענטן, און דערצו זענען זייערע אויפֿפֿירונגען, געוויינטלעך, אומפּראָפֿעסיאָנעלע. צווישן די געוועזענע חסידים טרעפֿן זיך אַזעלכע, וואָס האָבן פֿאַרלאָזט זייערע קהילות און זענען געוואָרן פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטיאָרן אין ביידע אויבן־דערמאָנטע טעאַטערס. פּראָפֿעסיאָנעלע טעאַטער, וואָס שפּילן אויף ייִדיש, עקזיסטירן הײַנט אין תּל־אָבֿיבֿ און וואַרשע. זיי זענען משפּיע אויפֿן אָנגייענדיקן טעאַטראַלישן ייִדיש־לעבן אין ניו־יאָרק.
דעריבער וויל איך גלייבן, אַז ניט אַלץ איז פֿאַרפֿאַלן. אין זײַן ענגלישער נאָבעל־רעדע האָט יצחק באַשעוויס (זינגער) געזאָגט אינעם יאָר 1978 די פֿאָלגנדיקע ווערטער, וואָס מיר זעצן דאָ איבער צוריק אויף ייִדיש (בײַ אַנדערע געלענגהייטן האָט ער גערעדט אין שײַכות צו דער חשובֿער פּרעמיע אויף זײַן מאַמע־לשון): "פֿאַראַן אַזעלכע, וואָס רופֿן ייִדיש אָן אַ טויטע שפּראַך, אָבער העברעיִש האָט אויך אַזוי געהייסן במשך פֿון צוויי טויזנט יאָר. מע האָט אים מחיה־מתים געווען אויפֿן סאַמע וווּנדערלעכן, כּמעט ניסימדיקן אופֿן. אַראַמיש איז זיכער געווען במשך פֿון יאָרהונדערטער אַ טויטע שפּראַך – און אָט האָט ער אונדז באַלויכטן מיטן ספֿר־הזוהר, גאָר אַן איידל מײַסטערווערק פֿון מיסטיציזם. ייִדיש האָט נאָך ניט געזאָגט זײַן לעצט וואָרט. ער אַנטהאַלט די אוצרות, וואָס זענען נאָך ניט אַנטפּלעקט געוואָרן צו די אויגן פֿון דער וועלט. ס׳איז די שפּראַך פֿון קדושים און צדיקים, בעלי־חלומות און מקובלים – רײַך מיט הומאָר און זכרונות, וואָס די מענטשהייט טאָר ניט פֿאַרגעסן. פֿיגוראַטיוו גערעדט, איז ייִדיש די קלוגע און באַשיידענע שפּראַך פֿון אונדז אַלעמען, דאָס לשון פֿון דער דערשראָקענער און האָפֿנדיקער מענטשן־וועלט".
לאָמיר האָפֿן, אַז דער ייִדיש־טעאַטער אין ניו־יאָרק און אַרום דער וועלט וועט ווײַטער בליִען, הגם זײַן איצטיקער מצבֿ קאָן אויסזען קליין און נעבעכדיק אין פֿאַרגלײַך מיט זײַן רומפֿולער פֿאַרגאַנגערהייט. איך גלייב, אַז כּדי אָפּצוהיטן און ווײַטער צו אַנטוויקלען דעם דאָזיקן עקסטרעם־וויכטיקן אַספּעקט פֿון דער ייִדיש־קולטור ווי אַ לעבעדיקן פֿענאָמען, מוזן מיר טאָן עפּעס מער: פֿירן לעקציעס, עקסקורסיעס, קאָנפֿערענצן, שרײַבן אַרטיקלען אין ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן, אויפֿן בלאָגן און וועבזײַטן. ס׳איז אויך זייער וויכטיק אָפּצוהיטן די געשיכטע פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער. ווי אַ ליצענזירטע עקסקורסיע־פֿירערין, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אינעם ייִדישן ניו־יאָרק, און ווי אַ ניו־יאָרקער בלאָגערין, זע איך דאָס ווי אַ נייטיקן טייל פֿון מײַן מיסיע.
מאַיאַ זעלעני