דער דענקמאָל און
פּרעמיע לכּבֿוד שלום־עליכמען
צום באַדויערן, איז באַרעכטיקט צו זאָגן, אַז אונדזער קלאַסיקער שלום־עליכם ווערט נאָך אַלץ ניט אָפּגעשאַצט ווי עס דאַרף צו זײַן. ס׳איז ניטאָ קיין אַדאַדעמישע אויסגאַבע פֿון אַלע זײַנע געזאַמלטע ווערק; זײַנע אַרכיוון האָט מען קיינמאָל ניט געפֿאָרשט און קאַטאַלאָגיזירט אויף אַ סיסטעמאַטישן אופֿן. קיינער האָט נאָך אַפֿילו ניט אָנגעשריבן אַן אַרומנעמיקע און אַקוראַטע ביאָגראַפֿיע פֿון זײַן לעבן. ד״ר מאַרק זילבערקוויט, אַ כּלל־טוער און אַ פֿאַרלאַגער, האָפֿט, אַז מיט זײַן הילף וועט זיך אײַנגעבן אָנצוהייבן דעם לאַנגן און קאָמפּליצירטן פּראָצעס פֿונעם אויספֿירן די דאָזיקע אויפֿגאַבעס.
צוויי חסד־פֿונדאַציעס, וואָס ד״ר זילבערקוויט האָט געגרינדעט און פֿירט מיט זיי אָן, "די פֿונדאַציע פֿון ירושה־פּראָיעקטן" (Heritage Projects Foundation) אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און די "פֿונדאַציע פֿאַרן אָפּהיטן די ייִדיש־ירושה" (Yiddish Heritage Preservation Foundation) אין ישׂראל, אַרבעט איצט, בשותּפֿות מיטן תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, איבער צוויי רעלאַטיוו קורץ־טערמיניקע פּראָיעקטן, וואָס וועלן דינען ווי אַן אָנהייב־סיגנאַל, אַז שלום־עליכמס נאָמען וועט שטײַגן, האָפֿנטלעך, צו אַ נײַער מדרגה. נעמלעך, פּלאַנירט מען אויפֿצושטעלן אַ דענקמאָל לכּבֿוד שלום־עליכמען אויפֿן שטח פֿונעם אוניווערסיטעט און צו גרינדן אַן אינטערנאַציאָנאַלע ליטעראַרישע פּרעמיע אויף זײַן נאָמען.
דער דענקמאָל
לויט דעם פּלאַן, וועט דער קאַמפּוס פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט באַצירט ווערן מיט אַ קאָפּיע פֿון שלום־עליכמס סטאַטוע, געשאַפֿן דורכן באַקאַנטן רוסישן סקולפּטאָר יורי טשערנאָוו (וואָס שטאַמט פֿון ייִדן; זײַן פֿאַמיליע־נאָמען בײַם געבורט איז געווען אָפּענדאַק). די אָריגינעלע סקולפּטור געפֿינט זיך אין מאָסקווע, לעבן דער אַלטער "פּאָליאַקאָוו־שול" (איצט איבערגעבויט און באַקאַנט ווי די שול אויף דער גאַס באָלשאַיאַ בראָנאַיאַ), און לעבן דעם געוועזענעם בנין פֿונעם טעאַטער "גאָסעט", וואָס מע האָט געשפּילט ספּעקטאַקלען אויפֿן סמך פֿון שלום־עליכמס ווערק, רעזשיסירט פֿון שלמה מיכאָעלסן, ביז 1948, ווען דער טעאַטער איז פֿאַרמאַכט געוואָרן.
ניט צופֿעליק איז דער תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט אויסגעקליבן געוואָרן ווי דאָס אָרט, וווּ דער דענקמאָל זאָל שטיין. דאָרט געפֿינט זיך דער אינסטיטוט פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור אויפֿן נאָמען פֿון יונה גאָלדריטש, און דער "מוזיי פֿונעם ייִדישן פֿאָלק" ("אַנו"), וווּ עס ווערט געהיט דער אוניקאַלער אַרכיוו, וואָס האָט אַ דירעקט שײַכות צו מיכאָעלסן (די זוסקין־קאָלעקציע).
דער געדאַנק אויפֿשטעלן אַ נײַעם דענקמאָל לכּבֿוד שלום־עליכמען קאָן באַטראַכט ווערן ווי אַ מין עפּיגראַף צו אונדזער גאַנצן פּראָיעקט – אָפּצוהיטן די ייִדיש־קולטור און אויך מכבד צו זײַן איר עבֿר. הײַנט איז דער תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט זיכער איינער פֿון די גרעסטע וועלט־צענטערס פֿאַרן פֿאָרשן די ייִדישע ליטעראַטור, וווּ עס ווערן דורכגעפֿירט רעגולערע קורסן פֿון דער שפּראַך און אָרגאַניזירט יערלעכע ייִדיש־פֿעסטיוואַלן, וואָס שליסן אײַן קאָנפֿערענצן, לעקציעס און קאָנצערטן מיט טויזנטער באַטייליקטע.
דער מאָנומענט וועט, האָפֿנטלעך, ווערן אַ לייט־סימבאָל פֿון אַ גאַנצן קאָמפּלעקס, געווידמעט דער ייִדישער און ייִדיש־טראַדיציע, פֿון איר פֿאַרגאַנגענהייט ביז איר איצטיקער אָנגייענדיקער אַנטוויקלונג. מע זאָל עס באַטראַכטן ניט נאָר ווי אַ גשמיותדיקן בראָנדזענעם אָנדענק־צייכן לכּבֿוד דעם גרויסן שרײַבער, נאָר ווי אַ סימבאָל פֿון זײַן אייביקער ירושה, ווי אַן אָנהייב־פּונקט פֿונעם אָרגאַניזירן און פֿאַרברייטערן די וויסנשאַפֿטלעכע, ליטעראַרישע און בילדונג־פּראָגראַמען און פּרעמיעס, אַרײַנגערעכנט – מעגלעך – סטיפּענדיעס פֿאַר סטודענטן און דאָקטאָראַנטן, וואָס ווידמען זייערע פֿאָרשונגען שלום־עליכמען און אַנדערע ייִדישע שרײַבער, ווי אויך די, וואָס שאַפֿן נײַע ווערק אויף ייִדיש.
די שלום־עליכם־פּרעמיע
אַחוץ די סטיפּענדיעס און שטיצע־פּראָגראַמען, האָפֿן מיר צו גרינדן אַ אינטערנאַציאָנאַלע ליטעראַרישע פּרעמיע אויפֿן נאָמען פֿון שלום־עליכמען. דער דאָזיקער פּריז וועט, לויטן פּלאַן, אויסגעטיילט ווערן פֿאַר דערגרייכונגען אינעם שרײַבן טעקסטן אויף ייִדיש. די געווינער וועלן נאָמינירט ווערן אין דרײַ באַזונדערע געביטן: אָריגינעלע ליטעראַרישע ווערק, סעריעס פֿון זשורנאַליסטישע אַרטיקלען און ליטעראַטור־שטודיעס. צוליב דעם, פּלאַנירן מיר צו אָרגאַניזירן אַ ספּעציעלן זשורי אינעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט.