יידיש
ייִדיש, אידיש אדער יודיש, גערופֿן ביי אידן מאַמע לָשון, איז אַ שפּראַך װאָס װערט הײַנט גערעדט פֿון ארום 1.5 מיליאָן יידן[1] און באַקאַנט ביי 3,142,560 [2] מענטשן איבער דער װעלט, בעיקר פֿונעם אַשכנזישן אָפּשטאַם.
במשך פון איבער 800 יאר איז יידיש געווען דער מאמע לשון פון א היפשער טייל יידן אין אייראפע, בעיקר אין דעם 19טן און 20סטן י"ה וואס דעמאלס איז יידיש געווען דער מאמע לשון פאר רוב יידן אין אייראפע און ביי די יידישע אימיגראנטן פון אייראפע אין אנדערע לענדער. אין יענער תקופה איז יידיש באנוצט געווארן אויף וואס א שפראך ווערט באנוצט, לשון קודש איז באנוצט געווארן נאר צו דאווענען און שרייבן תורה רייד, אבער אנהייב דעם 20סטן יאר הונדערט האט אליעזר בן יהודה מאדערנעזירט דעם לשון קודש און איר אהערגעשטעלט ווי א גערעדטע שפראך פאר יידן, און עס גערופן העברעאיש. דאן האט העברעאיש אנגעהויבן דינען ווי א גערעדטע שפראך ביי גרויסע טיילן פון יידישן פאלק וואס וואוינען אין ארץ ישראל און בעיקר האט זי איבערגענומען די יידישע שפראך נאך די צווייטע וועלט קריג.