די געשיכטע פֿון איין צייכענונג
שלמה מיכאָעלס, אַ צייכענונג פֿון אַן אומבאַקאַנטן קינסטלער
דעמאָלט איז געווען דאָס יאָר 1987. נאָך כּמעט צען פֿונעם זיצן אָן קיין רעכט צו פֿאַרלאָזן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָבן די מאָסקווער ייִדן אָנגעהויבן עמיגרירן קיין ישׂראל און אַמעריקע.
מײַן נעענטסטער חבֿר מיכאַיִל פֿיינבערג, וועלכער האָט באַקומען דעם רשות אַוועקצופֿאָרן, האָט מיר אָנגעקלונגען און געבעטן מיך זיך צו טרעפֿן מיט אים צוזאַמען מיט זײַן "בלאַטן חבֿרהמאַן" וואַלענטין פּולווער – אויך אַן "אָפּזאָגניק", וועלכער האָט זיך געקליבן צו עמיגרירן.
מיר פֿלעגן רופֿן וואַלענטינען אַ "בלאַטן חבֿרהמאַן" צוליב דעם, וואָס ער און מיכאַיִל, גאָר אַ באַגאַבטער מאַטעמאַטיקער, דער צוקונפֿטיקער שאַפֿער פֿון אוניקאַלע קאָמפּיוטער־פּראָדוקטן פֿאַר ווײַט־דערגרייכנדיקער קאָמונאַקאַציע און הייל־מעטאָדן פֿאַר אָנקאָלאָגישע מחלות, זענען ביידע געווען אין יענע אָפּזאָג־יאָרן באַשעפֿטיקט לשם פּרנסה מיטן רעמאָנט פֿון פּערזענלעכע אויטאָמאָבילן. איך האָב שוין אויך ערנסט געטראַכט צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד, ווײַל מע האָט מיר פֿאָרגעלייגט אָנצופֿירן מיט אַ מוזיקאַלישן פֿאַרלאַג אין ניו־דזשערזי. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז יענער פֿאָרלייג איז טאַקע געווען די סיבה פֿון זייער דעמאָלטיקן וויזיט.
מאַרק זילבערקוויט (המשך קומט)