Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

פֿאַוסט מינדלין

פֿאַוסט מינדלין איז אַן אַקטיאָר, רעזשיסאָר און דראַמאַטורג, איינער פֿון די אויטאָריטעטע מומחים אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין דער רוסישער אימפּעריע און אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.

אַ געבוירענער אין 1951 אין אָדעס, האָט ער געאַרבעט בערך 30 יאָר אַלס אַקטיאָר און רעזשיסאָר אין די דאָרטיקע טעאַטערס. ער איז אויך אַ מחבר פֿון עטלעכע פּיעסעס. איצט פֿירט ער אָן מיטן אָפּטייל פֿון קונסט־טעראַפּיע בײַם רעהאַביליטאַציע־צענטער פֿאַר קינדער־אינוואַלידן אויפֿן נאָמען פֿון באָריס ליטוואַק.

זײַן זיידע, יוסף מינדלין, איז געווען אַן אַקטיאָר און רעזשיסאָר פֿון ייִדישע טעאַטערס. מיט דער הילף פֿון מאַרק שאַגאַל האָט ער געשאַפֿן דעם ערשטן פּראָפֿעסיאָנעלן אַרבעטער־טעאַטער אין מינסק. ער האָט אויך געאַרבעט ווי אַ רעזשיסאָר און אַקטיאָר פֿון ייִדישע טעאַטערס אין קיִעוו, כאַרקאָוו, אָדעס, סמאָליענסק און באַקו. נאָך דער ליקווידאַציע פֿונעם אָדעסער ייִדישן טעאַטער איז יוסף מינדלין אַרעסטירט געוואָרן. באַלד נאָכן באַפֿרײַט ווערן פֿון די גולאַג־לאַגערן איז ער געשטאָרבן און אין 1989, נאָכן טויט, רעהאַביליטירט געוואָרן.

פֿאַוסט מינדלינס מאַמע, ריטע גענדלין, איז געווען אַ ייִדישע אַקטריסע, וועלכע האָט פֿאַרענדיקט די טעאַטראַלע שול בײַם מאָסקווער מלוכישן ייִדישן טעאַטער (גאָסעט) אונטער דער הנהלה פֿון שלמה מיכאָעלס. זי האָט געאַרבעט אין טעאַטערס פֿון לעמבערג און אָדעס.

אין זײַן סעריע עסייען וועגן דער געשיכטע פֿונעם אָדעסער ייִדישן טעאַטער פֿון 1917 ביז 1949, אַרײַנגערעכנט זײַן ליקווידאַציע, רעקאָנסטרויִרט מינדלין פֿריִער אומבאַקאַנטע פּרטים וועגן דעם ייִדישן טעאַטער־באַוועגונג אין דער רוסישער אימפּעריע פֿון 1879 ביז 1917.

ביז לעצטנס, האָט פֿאַוסט מינדלין געוווינט און געאַרבעט אין אָדעס, נאָר צוליב די טראַגישע מלחמה־געשעענישן אין אוקראַיִנע האָט ער געמוזט פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד און איז אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע.