Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

יעווגעני קיסין: פּראָזע

לכתּחילה פֿאַרעפֿנטלעכט אין "ייִדיש־בראַנזשע". זעט דאָ און דאָ. איבערפּובליקירט אויף אונדזער וועבזײַט מיט אַ דערלויבעניש פֿונעם מחבר און דער אויסגאַבע.

מיט זייער אייגן געווער


1


דער װײטיק אינעם נאַקן און דער איבל איז געװאָרן אַלץ שטאַרקער און שטאַרקער, נאָך מער, װי אין די פֿריִערדיקע נעכט; דערצו נאָך האָט אָנגעהױבן שטעכן אין האַרצן. דער דינינקער לבֿנה–סערפּ האָט קאַלט און בײז געשײַנט דורך די דורכזיכטיקע פֿירהענגלעך. עטװאָס אונטערגעהױבן זיך אױפֿן עלנבױגן, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אױסגעשטרעקט די האַנט צום נאַכט–טישל, אין װעלכן ס׳האָט זיך געפֿונען דער אַפּאַראַט פֿאַרן אָפּמעסטן דעם בלוטדרוק. דאָס טירל האָט אַ סקריפּ געטאָן, נאָר טאַניאַ האָט װײַטער געכראָפּעט אומגעשטערט און אומפֿאַרשעמט.
אַרױס אינעם קאָרידאָר, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אַ קוק געטאָן אין דער ריכטונג פֿון דימקעס צימער: קײן ליכט אין דער שפּאַרונע אונטער דער טיר האָט מען ניט געזען, און ס׳איז געװען שאַ–שטיל. נו, הלװאַי… לאַנגזאַם און פֿאָרזיכטיק, בײַקומענדיק דעם קאָפּשװינדל, איז ער אין דער פֿינצטערניש דערגאַנגען ביז דער קיך און האָט אָנגעטאַפּט דאָרטן דעם אױסשליסער. די עלעקטרישע שײַן האָט אַ שלאָג געטאָן אים אין די אױגן, און ער האָט זיך דערפֿילט נאָך ערגער. צוגעטוליעט זיך צום פֿרידזשעדער און פֿאַרמאַכט די אױגן, האָט ער אָפּגעװאַרט, דערנאָך געמאַכט נאָך עטלעכע אומזיכערע טריט צום טיש און זיך שװער אַראָפּגעלאָזט אױף אַ בענקל.
הונדערט אַכציק אױף הונדערט פֿופֿצן… נו יאָ, באמת נאָך ערגער, װי פֿריִער. סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט זיך אָנגעגאָסן אַ גלאָז װאַסער פֿונעם טשײַניק און זיך געלאָזט צוריק אינעם שלאָפֿצימער. דאָרטן האָט ער אָנגעטאַפּט אינעם נאַכט–טישל די פּושקע „ראַונאַטין‟, אַרױסגענומען אַ פּיל, אַרײַנגעלײגט זי אין מױל און פֿאַרטרונקען מיט װאַסער. נאָך דעם האָט ער אַרױסגעשלעפּט דאָס פּעקעלע ניטראָגליצערין, — װי גוט, אַז דער דאַקטער האָט אים צוגעשריבן אױך אָט די רפֿואה אױף מאַלע װאָס! — געלײגט אַ פּיל אונטער דער צונג, זיך װידער געלײגט אין בעט. ער האָט פֿאַרמאַכט די אױגן…
נעכטן האָט ער צום ערשטן מאָל אָנגעשריִען אױף דימקען, װען יענער האָט זיך געיאַװעט אַהײם נאָך עלף אַזײגער אין אָװנט. אױפֿן טאַטנס פֿראַגע: „װוּ האָסטו זיך אַרומגעשליאָנדרעװעט?‟ — האָט יענער געענטפֿערט: „װוּ מ׳האָט געדאַרפֿט.‟ — „װאָ–אָ–אָס?!‟ — האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אױסגערופֿן, ניט גלײבנדיק זײַנע אײגענע אױערן (קײן מאָל אין לעבן האָט דימקע נאָך ניט גערעדט מיט אים אַזױ), און, דערנענטערט זיך צום זון, האָט ער דערשמעקט, אַז ס׳פֿילט זיך פֿון אים שטאַרק טוטין. „אָט װאָס…‟, — האָט ער אַרױסגערעדט, קוקנדיק דימקען גלײַך אין די אױגן: „אױב ס׳װעט זיך איבערחזרן נאָך איין מאָל, װעל איך דיך אױסשמײַסן!‟ — „דו — מיך?!‟ — סײַ אין דימקעס קול, סײַ אין די אױגן זײַנע איז געװען ממש אַן אומבאַשרײַבלעכער חידוש. „יאָ, איך — דיך! מע מוז דאָך האָבן אַ ביסל שׂכל! האָב כאָטש רחמנות אױף דער מאַמען!‟ אַזױ האָט ער געהאַלטן אין אײן שרײַען, סטאַרענדיק זיך מיט אַלע כּוחות, אַז זײַנע װערטער זאָלן קלינגען שטאַרק און מיט אױטאָריטעט, — נאָר טיף אין האַרצן האָט ער מורא געהאַט, אַז זײַן ליבער זון װעט אַ שמייכל טאָן איראָניש און זאָגן: „דו שטעלסט זיך אײַן פֿאַר דער מאַמען, נאָר דו ביסט דאָך באַשטעקט מיט הערנער! די מוטער איז דאָך אַ קורװע!‟.
מיט עטלעכע טעג צוריק, װען סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט זיך אומגעקערט פֿון זײַן לעצטער קאָמאַנדירונג, האָט אים אַ שכנה, נאָך אײדער ער איז אַרײַנגעגאַנגען אין הױז, אַלץ דערצײלט. זיך אויפֿגעהויבן אױף זײַן גאָרן, האָט ער אָנגעקלונגען אין טיר פֿון זײַנע שכנים. „אָ, אַרקאַדיטש!‟ — האָט אים באַגריסט דער באַיאָרטער מאַקאַר סאַװעליעװיטש, אָנגעטאָן, װי געװײנטלעך, אין אַ קױטיקלעכער מײַקע, װאָס זײַן אומגעהײַער בױך האָט זי גלײַך װי אָנגעבלאָזט, — „קום אַרײַן, קום אַרײַן! װילסט אױסטרינקען?‟ — „נײן, סאַװעליטש, זאָג מיר נאָר, צי עמעצער פֿלעגט אַרײַנקומען צו מײַן טאַניאַן, כּל–זמן איך בין ניט געװען דאָ?‟ מאַקאַר סאַװעליעװיטש האָט אַראָפּגעלאָזט די אױגן, געשװיגן אַ װײַלע און שטיל געזאָגט מיט אַזאַ שטים, װי ער האָט זיך געשעמט פֿאַר עפּעס: „געקומען, געקומען… אָך, אַרקאַדיטש, די װײַבער — װאָס זײ װילן, טוען זײ… אַ בײַטש בענקט נאָך זײ!‟
צו ערשט האָט טאַניאַ געפּרוּװט לײקענען שטײן און בײן, אָבער דערנאָך פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז נוצלאָז, װײַל „אַלע שכנים רײדן שױן‟, — האָט זי געמאָלדן אָן מינדסטן בזיון: „דו האָסט מיך באַקומען אַ בתולה, און איצט ביסטו די גאַנצע צײַט אין קאָמאַנדירונגען. װער װײסט, מיט װעמען דו פֿאַרברענגסט דאָרט די צײַט? און מיר װילט זיך אױך לעבן!‟
סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש איז קײן מאָל ניט געװען אומגעטרײַ טאַניאַן; סײַדן אין זײַנע געדאַנקען, און ניט „כ׳װאָלט געװאָלט‟, נאָר „װען כ׳װאָלט ניט געהאַט טאַניאַ, װאָלט איך…‟ און אַפֿילו װען ער װיל עס יאָ, מיט װעמען װאָלט ער געקאָנט עס טאָן בעת זײַנע קאָמאַנדירונגען? די װײַבער, װאָס ער פֿלעגט דאָרט טרעפֿן, װאָלטן אפֿשר געקאָנט צוציִען צו זיך בלױז אױסגעהונגערטע סאָלדאַטן נאָך פֿיר יאָר מלחמה. אָבער ער… אַך, װי ער האָט ליב געהאַט זײַן טאַניאַ! און אַצינד, דערמאָנענדיק זיך אין אַלעמען, װאָס איז געשען צװישן זײ במשך פֿון אָט די אַלע יאָרן, האָט ער ניט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן, אַז זי האָט אים קײן מאָל ניט ליב געהאַט, אַז דאָס אַלץ איז געװען בלויז אַן אָנשטעל. נײן, טאַניאַ האָט אים, אַװדאי, אױך ליב געהאַט; פּשוט ניט געקאָנט אױסהאַלטן זײַנע אָפֿטע קאָמאַנדירונגען. דערצו נאָך, האָט זי דװקא איצט דערגרײכט דעם עלטער, װען בײַ פֿרױען דערװאַכט אַן אמתער אינטערעס צו סעקס, — און בײַ אים זײַנען די כּוחות שױן געװען ניט יענע, װי מיט צען–צװאַנציק יאָר צוריק; באַזונדערס, אין די לעצטע פּאָר חדשים, נאָך דעם, װי זײַנע עלטערן זײַנען געשטאָרבן כּמעט אײנער נאָכן אַנדערן, איז אים דאָס האַרץ נישט געלעגן צו דעם. ס׳האָט זיך געדוכט, אַז טאַניאַ טײלט מיט אים זײַן צער, סטאַרעט זיך אים אונטערהאַלטן — און אָט נאַ דיר… ער אַליין װאָלט געװען זײער צופֿרידן ניט צו פֿאָרן אין ערגעץ ניט, צו זײַן כּסדר אין זײַן היימשטאָט מאָסקװע און פֿאַברענגען יעדן אָװנט מיט זײַן פֿרױ און זון — נאָר װאָס האָט ער געקאָנט טאָן? בײַ אונדז אין לאַנד טראַכט די נאַטשאַלסטווע ווייניק װעגן דעם מענטשן, װעגן דעם מענטשנס משפּחה–באַדערפֿענישן? דערפֿאַר אָבער פּאַסט פֿאַר אַ קאָמוניסט נישט צו גטן זיך — ס׳איז דאָך אַזאַ חרפּה!
יאָ, סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש איז געװען אַ מיטגליד פֿון דער פּאַרטײ. אַרײַנגעטראָטן איז ער אין איר, װי אַ סך מענטשן און ייִדן בפֿרט, ניט אַזוי צוליב זײַנע איבערצײַגונגען, נאָר פּשוט צוליב דעם, װאָס מע האָט אים נאָמינירט אױף אַ העכערן פּאָסט, און יעדערער, װאָס האָט פֿאַרנומען אַזאַ שטעלע, האָט געמוזט זײַן אַ קאָמוניסט. קײן קאָנסעקװענטע אַנטיקאָמוניסטישע אָנשױונגען האָט ער אױך ניט געהאַט; ער האָט פּשוט (אַזױ האָט זיך אים געדאַכט ביזן הײַנטיקן אָװנט) געזען, אין װאָס פֿאַר אַ לאַנד ער לעבט, און (װידער, װי זײער פֿיל אַנדערע מענטשן) ניט אָנגענומען פֿאַר ערנסט דאָס, װאָס מע האָט גערעדט אױף די אָפֿיציעלע פֿאַרזאַמלונגען, אױף דער טעלעװיזיע און ראַדיאָ, און געשריבן אין די צײַטונגען, — ניט פֿריִער, װען מע פֿלעגט באַהױפּטן, אַז מיר „שפּאַנען מיט זיכערע טריט צו קאָמוניזם‟, ניט אַצינד, װען מע האָט גענומען רײדן װעגן דער נייטיקײט פֿון „איבערבױונג, עפֿנטלעכקײט און דעמאָקראַטיזאַציע‟. פֿון דעסטװעגן, במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר, זינט ער איז אַרײַן אין דער פּאַרטײ, איז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש געװען מחויבֿ אױסצושרײַבן און צו לײענען די צײַטונג „פּראַװדאַ‟ [אמת], די הױפּט–צײַטונג פֿונעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד. ער האָט געקענט דורכלױפֿן מיט די אױגן די אַרטיקלען, און ס׳איז געװאָרן פֿאַר אים אַ מין נייטיקע רוטין, װי דאָס רײניקן די צײן, למשל. און אָט האָט ער געלײענט, געלײענט — און הײַנט דורכגעלײענט…
דער פֿיזישער װײטיק האָט אַ ביסל אָפּגעלאָזט, נאָר די מחשבֿות האָבן אים ניט געגעבן קיין רו. טאַניאַ האָט געהאַלטן אין אײן כראָפּען, און דער לבֿנה–סערפּ האָט אַרײַנגעשײַנט אינעם פֿענצטער, װי געשטשירעט די צײן פֿונעם שװאַרצן תּהום. אָך, װי אַלץ האָט זיך פּלוצעם אַרױפֿגעװאַלגערט אױף אים…
די עלטערן זײַנע, בײַ אַלע זײערע חסרונות, זײַנען געװען מערקװירדיקע מענטשן, ער האָט זײ זײער ליב געהאַט — און זײ אים, אַװדאי, אױך. זײַן גאַנץ לעבן האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש געװאָלט זײַן ענלעך אױף זײַן טאַטן (װי אױך אױף זײַן עלטערן ברודער באָריע). אַפֿילו ביזן הײַנטיקן טאָג איז בײַ אים געבליבן טיף פֿאַררוקט אין אונטערבאַװוּסטזײַן דער דאָזיקער פֿאַרלאַנג — און, ווי אַ סך–הכּל, אַ קאָמפּלעקס מחמת דעם, װאָס עס האָט זיך אים ניט אײַנגעגעבן: הן אױסערלעך, הן בטבֿע איז ער געװען מער געראָטן אין דער מאַמען, און די טבֿע זײַנע האָט ער, נאַטירלעך, ניט געקאָנט ענדערן, װי ער זאָל זיך ניט געווען סטאַרען. זײַן טאַטע, אַראָן יעפֿימאָװיטש (כאַיִמאָװיטש) באַגראָװסקי, אַ מיטלװוּקסיקער מאַנצביל, אַפֿילו העכער, מיט ברײטע אַקסלען, איז דורכגעגאַנגען די גאַנצע מלחמה און האָט זי פֿאַרענדיקט אינעם ראַנג פֿון אַ קאָלאָנעל, איז געװאָרן שטאַרק פֿאַרװוּנדעט אין דער שלאַכט פֿאַר בערלין, נאָר געבליבן לעבן. באָריע איז אױסגעװאַקסן נאָך העכער װי דער טאַטע, געװען זײער שטאַרק און אַפֿילו געװאָרן אַ טשעמפּיאָן פֿון מאָסקװע ווי אַ באָקסער צװישן יוגנטלעכע, נאָר, זײַענדיק זײער אַ פּראַקטיש בחורל נאָך פֿון קינדשאַפֿט אָן, האָט ער פֿרי פֿאַרשטאַנען, אַז כּדי צו לעבן גוט, דאַרף מען מאַכן אַ קאַריערע ניט אין ספּאָרט, נאָר אין האַנדל. די עלטערן האָבן ניט באַגיטיקט זײַן אױסװאַל (די מאַמע — שװײַגנדיק, דער טאַטע — אױף אַ קול), געהאַלטן עס פֿאַר אַן אומװירדיקער זאַך, אָבער באָריע אַליין האָט זיך אויסגעפֿײַפֿט אױף זײער (װי אױף װעמענס–ניט–איז) מיינונג. אין דעם איז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אױך תּמיד געװען מקנא זײַן עלטערן ברודער: ער האָט אַלײן פֿאַרשטאַנען, אַז ער איז צו פֿילעװדיק צו דעם, וואָס די עלטערן מיינען, און איז פֿון זייער מיין אָפּהענגיק. דעריבער טאַקע האָט ער צום ערשטן מאָל חתונה געהאַט מיט דער אַקטיװער מיטװירקונג מצד דער מאַמען. אי ער, אי זײַן פֿרױ זײַנען דעמאָלט געװען נאָך יונג און אומדערפֿאַרענע; זי איז געװען אַ גוט מײדל פֿון אַ גוטער ייִדישער משפּחה, זי איז אים געפֿעלן געווען, נאָר גאָר אין גיכן איז געװאָרן קלאָר, אַז זײ פּאַסן אין גאַנצן ניט אײנער דעם אַנדערן אין אַלע הינזיכטן. נאָך דעם האָט סעמיאָן לאַנג געװאַרט, ביז ער האָט חתונה געהאַט מיט טאַניאַן, װאָס איז געװען אױף אַכט יאָר ייִנגער פֿון אים: כּמעט אױף אַזױ פֿיל, אױף װיפֿל דער טאַטע איז געװען עלטער פֿון דער מאַמען (הגם זי איז געװען זײַן ערשטע פֿרױ). ניט געקוקט אױפֿן לעצטן אומשטאַנד, האָבן די עלטערן ניט באַגיטיקט זײַן אױסװאַל (דער טאַטע — שװײַגנדיק, די מאַמע — אױף אַ קול), סײַ װײַל טאַניאַ איז געװען אַזױ יונג, סײַ מחמת זי איז געװען אַ ניט–ייִדישע. װאָס שײך דעם לעצטן פֿאַקטאָר, איז זײער אומרו געװען אַן אומזיסטיקער: טאַניאַ איז לחלוטין ניט געװען קיין אַנטיסעמיטקע, און קײן שום נאַציאָנאַלע פּראָבלעמען אָדער מיספֿאַרשטײענישן זײַנען צװישן סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן און זײַן פֿרוי קײן מאָל ניט געװען. מכּוח דעם עלטער–אונטערשײד, דאָ האָבן זײַנע עלטערן, צום באַדױערן, זיך אַרױסגעװיזן גערעכט — פֿאַרשטייט זיך, נעמענדיק אין אַכט די שױן דערמאָנטע צוגאָבלעכע צושטאַנדן. גוט, װאָס זײ האָבן צו דעם כאָטש ניט דערלעבט: זײ האָבן זײער ליב געהאַט אײנער דעם אַנדערן, די מאַמע האָט ממש פֿאַרגעטערט דעם טאַטן, און נאָך זײַן טױט האָט איר שװאַך האַרץ ניט אױסגעהאַלטן…
װער זשע איז געבליבן בײַ אים אַצינד? באָריע האָט זיך תּמיד באַצױגן צו זײַן ייִנגערן ברודער פֿון אױבן אַראָפּ, לכן זײַנען זײערע װעגן זיך מיט דער צײַט אַלץ מער און מער פֿונאַנדערגעגאַנגען. זײַן ייִנגערע שװעסטער סימע איז געװען זײער אַ װױלע, און די באַציִונגען צװישן זײ האָבן זיך פֿאַרהיט גוטע, נאָר זי האָט געהאַט איר אײגענע משפּחה, אירע אײגענע דאגות. ווי אַ פֿרױ, האָט זי נאָך שטאַרקער איבערגעטראָגן דעם טױט פֿון די עלטערן, און װי סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן האָט זיך ניט געװאָלט גײן זיך טײלן מיט זײַן שװעסטער, האָט ער פֿאָרט געהאַלטן זיך אַלײן איבערצײַגן, אַז ער דאַרף זי ניט אָנלאָדן מיט זײַנע פּראָבלעמען. איצט האָט ער געפֿילט, אַז די פֿרױ זײַנע האָט ער אױך פֿאַרלױרן. װאָס שײך דימקען — נאָך דעם, װאָס ס׳איז געשען נעכטן, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש מיט שרעק געקאָנט טראַכטן װעגן דעם, װאָס נאָך קאָן מען דערװאַרטן פֿון זײַן דרײַצן–יאָריקן זון…
יאָ, ער איז דעמאָלט אױך געװען אַלט דרײַצן יאָר, װען ס׳איז פֿאָרגעקומען דאָס סאַמע מוראדיקע, װאָס אים איז אױסגעקומען איבערצולײַדן און װאָס האָט בפֿירוש געװירקט אױף זײַן גאַנץ װײַטערדיק לעבן… ס׳איז געװען פֿעברואַר 1953. דאָס גאַנצע לאַנד איז געװען אױפֿגערודערט צוליב „די מערדער אין ווײַסע כאַלאַטן‟. עטלעכע ייִנגלעך פֿון סיאָמעס קלאַס האָבן אים יעדן טאָג געשלאָגן — און קײנער נישט, ניט די אַנדערע קינדער און ניט די לערערס האָבן זיך פֿאַר אים ניט אײַנגעשטעלט. סוף–כּל–סוף, װען מיט אַ װאָך שפּעטער האָט ער דערצײלט די עלטערן, װאָס ס׳קומט מיט אים פֿאָר, האָט דער טאַטע אָנגעטאָן זײַן מיליטערישע אוניפֿאָרם מיט אַלע אָרדענס און מעדאַלן און זיך געלאָזט צום דירעקטאָר פֿון סיאָמעס שול. נאָך יענעם באַזוך האָבן זיך די שלאָגערײַען אױפֿגעהערט, נאָר זינט דעמאָלט אָן האָט סיאָמע געדענקט, װאָס איז עס אַזױנס, צו זײַן לגמרי שוצלאָז פֿאַר אַ כאָפּטע סאַדיסטן, װעלכע פֿילן זיך אַבסאָלוט אומבאַשטראָפֿט; און אין זײַן נשמה האָט זיך אױף לאַנגע יאָרן באַזעצט אַ פֿאַרדראָס — הלמאַי איז ער אַליין ניט געװען מסוגל זיך צו פֿאַרטײדיקן.
אַזױ האָט ער זיך אױף זײַן אײגן פֿעלכל דערװוּסט, אין װאָס פֿאַר אַ לאַנד ער וווינט. מיט עטלעכע יאָר שפּעטער איז ער געװױר געװאָרן, אַז ניט אין אַלע הויכשולן זײַנען די טירן אָפֿן פֿאַר די ייִדישע בירגער; נאָך דעם — אַז כּלל ניט אומעטום איז ייִדן דערלױבט צו אַרבעטן… בהדרגה, װי אַ סך זײַנע שטאַמברידער, האָט סעמיאָן זיך צוגעװױנט צו די אַלע עװלות, אױפֿגענומען זײ װי אַ פֿאַקט און אַפֿילו זיך ניט שטאַרק געבײזערט אױף יענע, װאָס פֿלעגן זײ באַגײן. דאָס לעבן, ניט געקוקט אויף אַלע נאַרישקײטן און אומגערעכטיקײטן, איז פֿאָרט געװען סטאַביל און קאַנסעקװענט. אין דער ווירקלעכקייט זײַנען פֿיל ייִדן טאַקע דיסקרימינירט געװאָרן, אָבער אָפֿיציעל פֿלעגט די מלוכה פּראָקלאַמירן גלײַכבאַרעכטיקײט און פֿעלקער–פֿרײַנדשאַפֿט װי אַן „אומאָפּנעמבאַרן טײל פֿון דער סאָוועטישער אידעאָלאָגיע‟. אַלע נאַציאָנאַלע פֿאָראורטײלן, בתוכם אַנטיסעמיטיזם, זײַנען פֿאַראורטײלט געוואָרן — פּונקט אַזױ, װי אַלץ, װאָס איז געקומען אין סתּירה מיט דער „קאָמוניסטישער תּורה‟. אַזױ איז עס געװען — ביזן הײַנטיקן טאָג…
ס׳האָט אױפֿגעהערט װײ טאָן דאָס האַרץ, נאָר דער קאָפּ–װײטיק איז געװאָרן בלױז אַ ביסל שװאַכער — װי אין די פֿריִערדיקע נעכט. די לבֿנה איז פֿאַרשװוּנדן געוואָרן הינטער די װאָלקנס, און ס׳איז געװאָרן שטאָק–פֿינצטער. אין כשחות איז, אַװדאי, ניט פֿרײלעך אױפֿן האַרצן, נאָר װען פֿון דער אײנציקער שײַן שטראַלט אַרױס ניט קײן װאַרעמקײט, נאָר בלױז קילקײט און בײזקײט, איז אַפֿילו שװער צו זאָגן, װאָס איז ערגער…
קײן אמתע אַנטיסאָװעטישע ליטעראַטור איז אין סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשס הױז קײן מאָל ניט געװען, אָבער אַ „װײכער סאַמאיזדאַט‟ פֿלעגן סײַ זײַנע, סײַ טאַניאַס פֿרײַנד פֿון מאָל צו מאָל זײ געבן צו לײענען: אַכמאַטאָװאַס „רעקװיעם‟, פֿיאָדאָר ראַסקאָלניקאָװס בריװ צו סטאַלינען, ערנסט גענריס בריװ צו ערענבורגן… ניט לאַנג צוריק איז זיי אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט אױך די אַנומלטיקע קאָרעספּאָנדענץ צװישן דעם באַרימטן און פּאָפּולערן היסטאָריקער נאַטאַן אײדעלמאַן און דעם ניט װײניק באַרימטן און פּאָפּולערן שריפֿטשטעלער װיקטאָר אַסטאַפֿיעװ. אײדעלמאַן אין זײַן װענדונג צו אַסטאַפֿיעװן האָט פּרטימדיק גערעדט מכּוח דעם, אַז עס פּאַסט ניט פֿאַר אַ רוסישן שרײַבער צו רײדן שלעכט װעגן אַנדערע פֿעלקער, אַז גרױסע רוסישע װאָרט–מײַסטערס פֿלעגן תּמיד באַשולדיקן קודם–כּל זיך אַלײן פֿאַר די רוסלענדישע אומגליקן און אַזױ װײַטער.
אַסטאַפֿיעװ אין זײַן ענטפֿער האָט געמאָלדן, אַז אײדעלמאַנס בריװ איז געװען „איבערגעפֿולט מיט איבערגעזאָטענעם אײטער פֿון דער ייִדישער הױך–אינטעלעקטועלער פֿאַרריסנקײט‟; אַז גראָד די ייִדן און לעטן אין שפּיץ מיטן „געפֿערלעכן, פֿאַרביסענעם ציוניסט יורקאָװסקי‟ האָבן דערהרגעט „אונדזער לעצטן קײסער‟ מיט זײַן פֿאַמיליע; לכן איז אײדעלמאַנס פֿאָטער געזעסן אין לאַגער „אױך פֿאַר די פֿאַרברעכן פֿון יורקאָװסקין און אַזױנע װי ער, זיך געמאַטערט לױטן באַפֿעל פֿונעם ׳אײבערשטן ריכטער׳‟. דער באַרימטער רוסישער שרײַבער האָט גאַנץ ערנסט צוגעזאָגט, אַז „אין אונדזערע שאָװיניסטישע שטרעבונגען װעלן מיר קאָנען דערגיין צו דעם, אַז די פֿאָרשערס אי פֿון פּושקינען, אי פֿון לערמאָנטאָװן װעלן בײַ אונדז זײַן אױך רוסן‟ וכּדומה. ער האָט דערקלערט, אַז „דער גאָר געמיינער אַטעיִסט יאָסיף אַראָנאָװיטש קריװעליאָװ <…> פֿרעסט פֿונעם ליגן–טיש און פֿאַרגלאָצט די אײגעלעך אױפֿן אומשולדיקן אופֿן, האַלטנדיק אַלעמען אַרום פֿאַר ניט–ערלעכע און ליגנערישע מענטשן‟. סוף–כּל–סוף, האָט ער געװוּנטשן אײדעלמאַנען, אַז דער דערבאַרעמדיקסטער גאָט זאָל אױפֿקלערן יענעמס נשמה, און האָט ציטירט אַ פּאָר שורות פֿון ניקאָלײַ דעם צװײטנס טאָכטערס אַ ליד: „גאָט, פֿאַרגיב אונדזערע פֿײַנט! גאָט, פֿאַרדריק זײ אױך אין די אָרעמס!‟.
אַװדאי, האָט דאָס אַלץ שאָקירט סײַ סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן מיט טאַניאַן, סײַ זײערע פֿרײַנד, הגם מיט עטלעכע חדשים פֿריִער זײַנען אין זײערע קרײַזן שױן אומגעגאַנגען קלאַנגען װעגן דעם, אַז אױף אַ שרײַבער–צוזאַמענפֿאָר האָט דער באַװוּסטער שריפֿטשטעלער גאַװריִיִל טראָיעפּאָלסקי געהאַט געבעטן פֿאַרגעבונג בײַ „די גרוזינישע חבֿרים‟, װאָס אַסטאַפֿיעװ האָט זײ געהאַט באַלײדיקט אין זײַנער אַ דערצײלונג; דערבײַ האָט מען באַמערקט, אַז אין אַן אַנדער װערק אַסטאַפֿיעווס, זײער אַ שטאַרקס און אַן אױפֿדעקנדיקס, האָט דער שרײַבער סאַרקאַסטיש באַניצט דאָס װאָרט „ייִדעלעך‟, נאָר פֿאַר דעם האָט קײנער זיך ניט געהאַט אַנטשולדיקט. נו, האָט אַ באַרימטער און אַפֿילו אַ באַליבטער שרײַבער זיך אַרױסגעװיזן צו זײַן אַ פּאַסקודניאַק — מילא, אַלץ קאָן געשען אין לעבן; אָבער אין תּוך גענומען איז דאָך גאָרניט באַזונדערס ניט געשען. און אָט הײַנט אין אָװנט האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש, קומענדיק אַהיים פֿון דער אַרבעט, אָפּגעגעסן אָן אַפּעטיט און גענומען אין די הענט, װי געװײנטלעך, דעם פֿרישן נומער „פּראַװדאַ‟. ער איז דורכגעלאָפֿן מיט די אױגן דעם אַרטיקל פֿון עפּעס אַן אַל. מיכײַלאָװן װעגן ליטעראַטור–קריטיק און זיך פֿאַרטשעפּעט מיטן בליק אין אַ פֿאָלגנדיקן פּאַראַגראַף:
„אײניקע גאַנץ רײַפֿע מענטשן געבן די יונגע–לײַט בײַשפּילן פֿון אומדערלאָזלעכע ברעכן פֿון עטישע נאָרמעס אין ליטעראַרישן לעבן. עס װערט, אַשטײגער, פֿאַרפֿירט אַ קאָרעספּאָנדענץ, װאָס פּראָװאָצירט צו זײַן שאַרף, נאָר, װי יעדע קאָרעספּאָנדענץ צװישן צװײ מענטשן, איז זי ניט פֿאַר דער עפֿנטלעכקײט. דערנאָך װערט אָט די קאָרעספּאָנדענץ ברײט פֿאַרשפּרײט מיטן ציל צו קאָמפּראָמעטירן דעם אַדרעסאַט. אָט די עפּיסטאָלאַרישע פּראָוואַקאַציע איז עקלדיק, זי זײט מכלוקת און פֿאַרדעכטיקײט, זי איז סאָציאַל געפֿערלעך.‟
אין פֿאַרלויף פֿון עטלעכע מינוט איז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש געזעסן, װי אין הינער–פּלעט. הגם קײן נעמען זײַנען ניט אָנגערופֿן געװאָרן, איז געװען לגמרי קלאָר, װעגן װעמען און וועגן װאָס סע גײט די רײד (קײן אַנדער קאָרעספּאָנדענץ אין יענער צײַט איז ניט געװען „ברײט פֿאַרשפּרײט‟!) — און אױף װעמענס זײַט איז די מאַכט.
דאָס איז געװאָרן דער לעצטער טראָפּן פֿאַר אונדזער העלד נאָך אַלעמען, װאָס ס׳איז געשען לעצטנס. טאַדלען ניט דעם קלאָרן אידעאָלאָגישן שׂונא, נאָר זײַן אָפּאָנענט — אַזױנס איז, דוכט זיך, נאָך קײן מאָל ניט געװען, אַפֿילו אין 1953. און אַװדאי, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש תּיכּף פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳קומט פֿאָר אַזוי, מחמת דאָ האָט זיך געהאַנדלט װעגן ייִדן און אײדעלמאַן אַלײן איז אַ ייִד…
דער קאָפּװײטיק, הגם אַ ביסל געלינדערט, האָט נאָך אַלץ ניט אָפּגעלאָזט. ליגנדיק אין בעט אין פֿולן חושך, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש זיך דערמאָנט אין פֿראַגמענטן פֿון איידעלמאַנס און אַסטאַפֿיעװס בריװ, איבערגעחזרט אין זיך די שורות, געדרוקט אין „פּראַװדאַ‟, און געטראַכט… נײן, אַפֿילו ניט אין גאַנצן געטראַכט, דאָס זײַנען געװען געפֿילן, נאָך ניט פֿולשטענדיק אױסגעפֿורעמטע אין קלאָרע, קאָנסעקװענטע געדאַנקען: די עלטערן קאָן ער ניט אומקערן, די פֿרױ קאָן ער ניט צװינגען צו זײַן אים געטרײַ, אױף דימקען װעט ער אױף אַן אמתן קײן מאָל ניט קאָנען אױפֿהייבן די האַנט — נאָר ד אָ ס טאָר מען ניט לאָזן אַזױ. ז י י ה אָ ב ן ע ו בֿ ר ג ע ו ו ע ן א ו י ף ז י י ע ר ע א י י ג ע נ ע כּ ל ל י ם פֿ ו ן ד ע ר ש פּ י ל — הייסט עס, אַז מ ע ד אַ ר ף ק ע מ פֿ ן ק ע ג ן ז י י מ י ט ז י י ע ר א י י ג ן ג ע ו ו ע ר! נאָר װי זשע קאָן מען עס טאָן? ער אַלײן איז, אַװדאי, ניט בכּוח גאָרנישט צו טאָן: ס׳איז נאָך מער אוממעגלעך, װי עס איז געװען צו פֿאַרטײדיקן זיך פֿון דער כאָפּטע ייִנגעלעך, װאָס האָבן אים אַ מאָל געממיתט. קײנער פֿון זײַנע פֿרײַנד און באַקאַנטע װעט געװיס אױך ניט װעלן זיך פֿאַרפֿירן מיט דעם. הייסט עס, אַז מע דאַרף עס טאָן אױף עפּעס אַן אַנדער אופֿן…
— סיאָמע, דו שלאָפֿסט ניט? — האָט זיך פּלוצעם דערהערט טאַניאַס פֿאַרחידושט קול.
דער לבֿנה–סערפּ איז װידער אַרױס פֿון הינטערן װאָלקן, און אינעם ענגן פּאַסיקל פֿון זײַן שײַן האָט טאַניאַ אױפֿגעכאַפּט זיך און דערזען, אַז מיט איר מאַן טוט זיך עפּעס מאָדנע: גלײַך װי ער רעדט מיט זיך אַלײן, און דער אױסדרוק פֿון זײַן פּנים איז אַזאַ, װאָס זי האָט בײַ אים נאָך קײן מאָל ניט געהאַט געזען.
סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט לאַנגזאַם אױסגעקערעװעט דעם קאָפּ צו זײַן פֿרױ און שטיל געענטפֿערט:
— ניין…
— סיאָמע, שלאָף אַ װײַלע, ס׳איז דאָך שױן זײער שפּעט.
אין טאַניאַס שטים האָט זיך קלאָר געלאָזט פֿילן זאָרג. זי האָט געשװיגן אַ פּאָר רגעס און געזאָגט:
— נו… סיאָמע, אַלץ קאָן געשען אין לעבן… נאָר איצט לאָמיר שלאָפֿן. מאָרגן װעלן מיר זיך אין אַלעמען פֿונאַנדערקלײַבן.
ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז זײַן פֿרױ פֿילט זיך שולדיק, נאָר אין יענעם מאָמענט זײַנען די געדאַנקען זײַנע געװען געװענדט אין אַן אַנדער ריכטונג.
— מירן זיך פֿונאַנדערקלײַבן… — האָט ער זיך שטיל אָפּגערופֿן, װי אַ װידערקול, און איבערגעחזרט מיט אַ זיפֿץ: — מירן זיך פֿונאַנדערקלײַבן…
ער האָט זיך אױסגעקערעװעט אױף אַ זײַט און פֿאַרמאַכט די אױגן. אין עטלעכע מינוט אַרום האָט ער װידער דערהערט טאַניאַס כראָפּען, נאָר אַלײן האָט ער נאָך אַלץ געהאַלטן אין אײן טראַכטן — אַצינד שױן אין פֿולן זינען פֿונעם װאָרט. פּלוצעם האָט זיך אָנגעהױבן עפּעס לגמרי אומגעריכטס: ער האָט דערפֿילט, אַז שטיקער טעקסט, אײנס נאָכן אַנדערן, גלײַך װי שאַפֿן זיך אין זײַן קאָפּ. אַזױנס איז מיט אים נאָך קײן מאָל ניט געװען: ניט בעתן שרײַבן בריװ, ניט װען ער האָט זיך מאַרודיעט מיט זײַן דיפּלאָם–אַרבעט. ער איז אױפֿגעשטאַנען, אָנגעטאָן די שטעקשיך און האָט זיך שטיל געלאָזט אינעם גאַסטצימער. עס האָט זיך אים נאָך אַלץ אַ ביסעלע געדרײט דער קאָפּ, נאָר אַצינד האָט עס זיך װי אױסגעמישט מיט עפּעס אַן אַנדער מין קאָפּשװינדל.
אײַנגעשלאָסן די שײַן אינעם גאַסטצימער, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אַרױסגענומען פֿון הינטער די ביכער אױף דער נידעריקסטער פּאָליצע די פּאַפּקע, אין װעלכער ער האָט געהאַלטן די דינע סאַמאיזדאַט–בײגעלעך, ניט זײַענדיק זיכער, צי די פֿאַרנאַנטע קאָרעספּאָנדענץ איז געבליבן בײַ אים… יאָ, אָט איז זי! ער האָט גענומען אַ פּאָר בייגעלעך פּאַפּיר און אַ פּען, זיך אָנגעבױגן איבערן זשורנאַל–טישל און אָנגעהױבן שרײַבן…

2


װען סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט זיך אױפֿגעכאַפּט אין דער פֿרי, איז טאַניאַ ניט געװען דערנעבן. ער האָט אַ קוק געטאָן אױפֿן זײגער — צען מינוט נאָך עלף. ער פֿלעגט געװײנטלעך אויפֿשטיין שפּעט סוף–װאָך, נאָר קײן מאָל נאָך ניט אַזױ שפּעט. קײן קאָפּװײטיק האָט ער ניט געפֿילט.
אויפֿן וועג צום וואַש־צימער, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש דערשמעקט, אַז טאַניאַ קאָכט עפּעס אין קיך. זי האָט, אַפּנים, אױך דערהערט זײַנע טריט און איז צוגעגאַנגען צו דער טיר.
— נו, אױפֿגעכאַפּט זיך סוף–כּל–סוף, נאַכט–פּאַרשױן? — אין טאַניאַס קוק איז געװען װאַרעמקײט און צערטלעכקײט.
— אױב דו װילסט, קענסטו נאָך כאַפּן אַ דרעמל: נעכטן האָסטו דאָך אַזוי שפּעט זיך געלעגט!
— נײן–נײן, — האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש געענטפֿערט, עפֿענענדיק די טיר פֿונעם וואַש־צימער.
— גײ, גײ. כ׳װעל באַלד קומען צו דיר.
אומגעקערט זיך צוריק אינעם שלאָפֿצימער, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש געהאַלטן בײַם אָנטאָן זיך, װען טאַניאַ איז אַרײַן און האָט שטיל פֿאַרמאַכט די טיר נאָך זיך.
— װאָרט אָפּ, סיאָמע, — האָט זי װײך געזאָגט, — לאָמיר זיך צוזעצן.
זי איז צוגעגאַנגען צום מאַן און האָט זיך אַװעקגעזעצט אױפֿן בעט. ער האָט אָן אַן איבעריקן חשק געטאָן דאָס זעלבע.
— סיאָמע, פֿאַרשטײ מיך, כ׳בעט דיך… דערמאָן זיך: װען זײַנען מיר דאָס לעצטע מאָל געװען נאָענט? געװיס, פֿאַרשטײ איך אַלץ: אי די אַרבעט דײַנע מיט די אַלע קאָמאַנדירונגען, אי דאָס איבעריקע — נאָר דו פֿאַרשטײ מיך אױך. דו װײסט דאָך, אַז פֿאַר דיר האָב איך קײן מאַן ניט געהאַט, און אױסער דיר האָב איך אָט די אַלע יאָרן קײנעם ניט געהאַט. נו, כ׳האָב זיך ניט אײַנגעהאַלטן, װען דו ביסט ניט געװען דערנעבן. יעדער מענטש קאָן דערלאָזן אַ פֿעלער… איך האָב זיך ניט געקאָנט אײַנהאַלטן…
סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט געשװיגן און געהאַלטן אין אײן קוקן אױף דער פֿרױ.
— נו, שלאָג מיך אָן, אױב דו װילסט. שלאָג מיך אָן — איך האָב עס ערלעך פֿאַרדינט. איך האָב דיך דאָך סײַ–װי ליב.
— איך האָב דיך קײן מאָל מיט קיינעם ניט פֿאַרביטן. קײן מאָל ניט, — האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש סוף–כּל–סוף אַ זאָג געטאָן, קוקנדיק טאַניאַן גלײַך אין די אױגן.
— איך װעל עס אױך מער קײן מאָל ניט טאָן. כ׳זאָג דיר צו.
סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט גאָרנישט ניט געענטפֿערט.
— נו, פֿאַרגיב מיך, סיאָמע…
זי האָט אַרומגענומען דעם מאַן, נאָר ער האָט לײַכט אַ צוק געטאָן מיט די אַקסלען.
— האָסטו מיך אױפֿגעהערט ליב האָבן? — האָט טאַניאַ געפֿרעגט.
סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט געקוקט אױף דער פֿרױ. ניין, ער האָט זי, אַװדאי, ניט געקאָנט אױפֿהערן ליב האָבן נאָך די אַלע יאָרן, װאָס זיי זײַנען געװען אין איינעם.
— װילסט מיך ניט מער? — אָפּגעשװיגן אַ פּאָר װײַלעס, האָט טאַניאַ געזאָגט שטיל און צערטלעך: — סיאָמע, לײג זיך.
סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט זיך קײן ריר ניט געטאָן.
— לײג זיך, כ׳בעט דיך, — האָט טאַניאַ װידער געזאָגט נאָך שטילער.
סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט אַראָפּגעלאָזט זײַן רוקן אױפֿן בעט. טאַניאַ האָט אים גענומען פֿאַר די פֿיס און אַװעקגעלײגט זײ אױפֿן געלעגער.
— אָט אַזױ. און איצט פֿאַרמאַך די אױגן…
אַ מאָל, אין סאַמע אָנהייב פֿון זײער געמײנזאַמען לעבן, האָט טאַניאַ דערציילט דעם מאַן, אַז אײניקע פֿון אירע חבֿרטעס פֿלעגן צוטײלן הנאה זייערע קאַװאַלערן אױף כּל–מיני אופֿנים, אַבי צו פֿאַרבלײַבן אַ בתולה ביז דער חתונה. טוען עס פֿריִער האָט לויטן מאָראַלישן קאָדעקס פֿונעם סאָוועטישן מענטשן געמיינט אַן אומגעהײַערסטע חרפּה. טאַניאַ אַליין האָט עס קײן מאָל ניט געטאָן, אַזױ אַז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן איז אױסגעקומען זי אַלץ לערנען. זי האָט זײער גיך און גערן פֿאַראײגנט, װי אַזױ צו פֿאַרשאַפֿן פֿאַרגעניגן דעם מאַן. אַצינד האָט ער געפֿילט די געניטע, זיכערע באַװעגונגען פֿון טאַניאַס הײסע, פֿײַכטע ליפּן און צונג, גלײַך װי זי וואָלט זיך פּאָסמאַקעװעט מיט יעדן מילימעטער פֿון זײַן גוף…
— נו, װילסט מיך נאָך אַלץ ניט? — האָט טאַניאַ אַ פֿרעג געטאָן מיט אַ שמײכל, — איז איך װיל דיך יאָ! — האָט זי געזאָגט און איז אַרױפֿגעשפּרונגען אױפֿן מאַן…
בעת טאַניאַ האָט צוגעגרייט דעם פֿרישטיק פֿאַרן מאַן, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אָנגעקלונגען זײַן חבֿר מישע ליװשינען.
— הער, מישקע, יענער באַקאַנטער דײַנער, דער שרײַבער, צי געדענקסטו אפֿשר, װאָס האָט ער דערציילט װעגן זײער סטאַטוט: אַז זײ זײַנען מחויבֿ צו קעמפֿן פֿאַר קאָמוניזם און פֿאַר פֿעלקער–פֿרײַנדשאַפֿט… עפּעס אַזױנס, יאָ?
— ריכטיק, עפּעס אַזױנס, — האָט יענער באַשטעטיקט.
— גענױ געדענקסטו ניט? אפֿשר, װעסטו עס בײַ אים פֿרעגן?
— יאָ, אַװדאי… און צו װאָס דאַרפֿסטו דאָס?
— פּשוט זיך פֿאַרװאָלט עס פֿאַרפּינקטלעכן… געדענקסט דאָך יענע געשיכטע מיט אײדעלמאַנען און אַסטאַפֿיעװן? — יאָ…
— איז אָט, ס׳איז מיר אינטערעסאַנט געװאָרן: אױב לױט זײער סטאַטוט זײַנען זײ מחויבֿ צו קעמפֿן פֿאַר פֿעלקער–פֿרײַנדשאַפֿט, און אַסטאַפֿיעװ איז געװיס אױך אַ מיטגליד פֿון שרײַבער־פֿאַראײן…
— ריכטיק! — האָט ליװשין געענטפֿערט מיט אַן איראָניע אין קול, — גוט, כ׳װעל אים באַלד קלינגען און פֿרעגן.
— פֿאַרשרײַב עס גענױ, כ׳בעט דיך. כ׳װאָלט געװאָלט עס אױך פֿאַרשרײַבן פֿאַר זיך.

3


„חשובֿע חבֿרים! מיר, אַרבעטער פֿונעם זאַװאָד אױף אי. ליכאַטשאָװס נאָמען, קאָמוניסטן און אומפּאַרטיייִשע, װילן אױסדריקן אונדזער טיפֿע באַזאָרגטקײט אין צוזאַמענהאַנג מיט דעם, װאָס אין אונדזער סאָװעטישן לאַנד, װי עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, זײַנען נאָך אַלץ פֿאַראַן ניט–דערשלאָגענע װײַס–גװאַרדײערס און פֿאַשיסטן, װי אױך אַזעלכע, װאָס שטעלן זײ פֿאָר.
„ניט לאַנג צוריק איז אונדז און אונדזערע חבֿרים אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט די קאָרעספּאָנדענץ צװישן דעם באַרימטן סאָװעטישן היסטאָריקער נאַטאַן אײדעלמאַן, װעמענס מערקװירדיקע ביכער װעגן פּושקינען, דעקאַבריסטן, הערצענען זײַנען באַליבט פֿון מיליאָנען סאָװעטישע לײענערס, און דעם באַרימטן, װי מיר האָבן פֿריִער געמײנט, סאָװעטישן שרײַבער װיקטאָר אַסטאַפֿיעװ, װאָס זײַנע ראָמאַנען און גרעסערע דערצײלונגען זײַנען אױך געװען באַליבט פֿון פֿיל אונדזערע לײענערס אין משך פֿון אַ סך יאָרן.
„אין זײַן בריװ צו װ. אַסטאַפֿיעװן האָט נ. אײדעלמאַן מיט עכטער בירגערלעכער אָפֿנקײט און פּרינציפּיעלקײט אָנגעװיזן אױף דעם, אַז לױט די טראַדיציעס פֿון דער גרױסער רוסישער ליטעראַטור, זאָל מען ניט שרײַבן שלעכט װעגן אַנדערע פֿעלקער. אַבסאָלוט ריכטיק האָט אָנגעשריבן חבֿר אײדעלמאַן; גראָד דאָס פֿלעגט זאָגן דער גרױסער לענין: „צו קיין גאָר אַנדערש ניט זײַנען די באַלײדיקטע נאַציאָנאַליטעטן אַזױ ניט פֿילבאַר, װי צום געפֿיל פֿון גלײַכהײט און צום שטערן אָט די גלײַכהײט אַפֿילו אױס אָפּגעלאָזנקײט, אַפֿילו אין דער פֿאָרם פֿון אַ שפּאַס, צום שטערן די דאָזיקע גלײַכהײט מצד זײערע חבֿרים–פּראָלעטאַריער‟. דעם אמת געזאָגט, האָבן אונדז און אונדזערע חבֿרים אױך שטאַרק פֿאַרטשעפּעט אײניקע אַרױסזאָגונגען אין די לעצטע װערק פֿון אונדזער באַליבטן שרײַבער.
„װאָס זשע האָט געענטפֿערט נ. אײדעלמאַנען װ. אַסטאַפֿיעװ, אַ מיטגליד פֿונעם שרײַבער–פֿאַראײן פֿון פֿססר, װאָס לױטן סטאַטוט, באַטײליקן זיך זײַנע מיטגלידער אינעם קאַמף פֿאַרן אױפֿבױען קאָמוניזם, פֿאַר סאָציאַלן פּראָגרעס, פֿאַר שלום און פֿרײַנדשאַפֿט צװישן פֿעלקער?
„װי עקלהאַפֿטיק עס זאָל ניט זײַן, װעלן מיר פֿאָרט ציטירן עטלעכע פּאַסאַזשן פֿון הער אַסטאַפֿיעװס בריװ, װײַל אױב ס׳איז דאָ אַ שענדלעכע דערשײַנונג, דאַרף מען זי אָנרופֿן מיט איר אייגענעם נאָמען און אױסװאָרצלען אומברחמנותדיק באַזונדערס אַצינד, אין דער תּקופֿה פֿון איבערבױונג און עפֿנטלעכקײט.״..
׳אין אונדזערע שאָװיניסטישע שטרעבונגען װעלן מיר קאָנען דערגיין דערצו, אַז אי פּושקין– אי לערמאָנטאָװ–פֿאָרשערס װעלן בײַ אונדז זײַן אױך רוסן, און, ס׳איז אַ שױדער צו טראַכטן, — די זאַמלונגען פֿון אונדזערע קלאַסיקערס׳ װערק װעלן מיר צונױפֿשטעלן אַלײן, די ענציקלאָפּעדיעס און כּל–המינים רעדאַקציעס, טעאַטערס, קינאָ װעלן מיר אױך ׳איבערנעמען אין אונדזערע הענט‘ און, אָ שרעק! אָ קאָשמאַר! מיר װעלן אַלײן קאָמענטירן דאָסטאָיעװסקיס ׳טאָגביכער׳.‟
„דער איבערגעזאָטענער אײַטער פֿון דער ייִדישער הױך–אינטעלעקטועלער פֿאַרריסנקײט‟…
„דער גאָר געמיינער אַטעיִסט יאָסיף אַראָנאָװיטש קריװעליאָװ האָט סײַ צוגעגנבֿעט זײַן פֿאַמיליע–נאָמען, סײַ ער שפּײַזט זיך מיט דער צוגעגנבֿעטער מאָראַל — מיט פּאַדלע. פֿרעסט פֿונעם ליגן–טיש און פֿאַרגלאָצט די אײגעלעך אױפֿן אומשולדיקן אופֿן, האַלטנדיק אַלעמען אַרום זיך פֿאַר ניט–ערלעכע און ליגנערישע מענטשן.
„כ׳װעל אײַך װינטשן דאָס זעלבע, װאָס ס׳האָט געװוּנטשט אַ טאָכטער פֿון אונדזער לעצטן קײסער, װעמענס ליד איז געװען אַרײַנגעלײגט אין איר עקזעמפּליאַר פֿון דעם עװאַנגעליום: ׳גאָט! פֿאַרגיב אונדזערע פֿײַנט, גאָט! פֿאַרדריק זײ אױך אין די אָרעמס׳. אי זי, אי די שװעסטער אירע, אי דאָס ברודערל, װאָס האָט אויף שטענדיק פֿאַרלױרן זײַנע פֿיס אין דער פֿאַרשיקונג, אי דער פֿאָטער מיט דער מוטער זײַנען צעשאָסן געװאָרן, אַגבֿ, פֿון ייִדן און לעטן, אין שפּיץ מיטן געפֿערלעכן, פֿאַרביסענעם ציוניסט יורקאָװסקי.
„אַזױ אַז אײַך, אין דער צײַט פֿון אײַער נשמה־באַרויִקונג, איז כּדאַי אַ טראַכט טאָן אױך װעגן דעם, אַז אין די לאַגערן זײַט איר אָפּגעװען אױך פֿאַר די פֿאַרברעכנס פֿון יורקאָװסקין און אַזױנע װי ער, זיך געמאַטערט לױטן באַפֿעל פֿונעם ׳אײבערשטן ריכטער׳, ניט בלױז צוליב יעזשאָװס אוממאָראַלישקייט‟.
„זאָל דער דערבאַרעמדיקסטער גאָט אױפֿקלערן אײַער נשמה!‟
„אױב רײדן אָפֿן, האָבן מיר אין אָנהייב אַפֿילו ניט געגלײבט, אַז דאָס האָט אױף אַן אמתן אָנגעשריבן װ. אַסטאַפֿיעװ. װי באַלד מיר װױנען אין מאָסקװע, האָבן מיר ניט געקאָנט אָפּזוכן זײַן טעלעפֿאָן–נומער, נאָר מיר האָבן געפֿונען נ. אײדעלמאַנס טעלעפֿאָן–נומער און אים אָנגעקלונגען.
— נאַטאַן יאַקאָװלעװיטש, — האָבן מיר געזאָגט, — מיר, אַרבעטער פֿונעם זאַװאָד אױף ליכאַטשאָװס נאָמען, האָבן אָקאָרשט איבערגעלײענט אײַער קאָרעספּאָנדענץ מיט װיקטאָר אַסטאַפֿיעװן. זאָגט אונדז, מיר בעטן אײַך: צי איז עס טאַקע אײַער קאָרעספּאָנדענץ? צי האָט אַסטאַפֿיעװ אױף אַן אמתן אײַך אָנגעשריבן דאָס אַלץ?
— יאָ, חבֿרים, — האָט באַשטעטיקט אונדזער באַליבטער היסטאָריקער, — צום באַדױערן, איז עס אמת.
„װי טרױעריק עס זאָל ניט זײַן, נאָר מע מוז אָנערקענען: אינעם פֿאַראײן פֿון סאָװעטישע שרײַבערס האָט זיך דורכגעשלײַכט און אונטער דער מאַסקע פֿון אַ סאָװעטישן שרײַבער האָט זיך באַהאַלטן אין משך פֿון יאָרצענדליקער אַ ניט–דערשלאָגענער װײַס–גװאַרדײער און פֿאַשיסט, אַ מסוכּנער, פֿאַרביסענער מאָנאַרכיסט, שאָװיניסט, שװאַרץ–מעהניק און רעליגיעזער אָבסקוראַנט. גראָד קעגן אַזעלכע האָבן זיך געשלאָגן אונדזערע זײדעס בשעת דער רעװאָלוציע און אין דעם בירגער–קריג; טאַקע אינעם קאַמף קעגן אַזױנע פּאַרשוינען זײַנען אומגעקומען אונדזערע טאַטעס אין דער גרױסער פֿאָטערלענדישער מלחמה; דװקא קעגן אַזעלכע קעמפֿן מסירת–נפֿשדיק די בעסטע מענטשן פֿון אונדזער פּלאַנעטע איבער דער גאָרער װעלט.
„לױט אַלע סמנים, איז די אױבנדערמאָנטע קאָרעספּאָנדענץ געװאָרן זײער פֿאַרשפּרײט, און מיר האָבן געטראַכט, אַז אױב זי האָט דערגרײכט אַפֿילו אונדז, פּראָסטע אַרבעטער–לײַט, האָט זי אומבאַדינגט געמוזט אַרײַנפֿאַלן אין די הענט פֿון אונדזערע רומפֿולע מלוכה–זיכערהײט אָרגאַנען, די יורשים פֿונעם דרײסטן פֿעליקס עדמונדאָװיטש דזערזשינסקין, װאָס האָט אומברחמנותדיק געקעמפֿט קעגן אַלערלײ װײַסגװאַרדײיִשער אומפֿלייט און אַנדערער „קאָנטרע‟, — און זײ װעלן אָננעמען די געהעריקע מאָסמיטלען. פֿון דעסטװעגן, קײן מיטטײלונגען װעגן דעם זײַנען אין אונדזערע מאַס–מעדיאַ ניט פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן — דערפֿאַר אָבער מיט עטלעכע טעג צוריק האָבן מיר מיט אומגעהײַערער איבערראַשונג איבערגעלײענט אין אונדזער באַליבטער צײַטונג „פּראַװדאַ‟, אינעם אַרטיקל פֿון עפּעס אַן אַל. מיכײַלאָװן, אַזעלכע שורות:
׳אײניקע גאַנץ רײַפֿע מענטשן געבן די יונגע–לײַט בײַשפּילן פֿון אומדערלאָזבאַרן ברעכן די עטישע נאָרמעס פֿונעם ליטעראַרישן לעבן. עס װערט, אַשטײגער, פֿאַרפֿירט אַ קאָרעספּאָנדענץ, װאָס פּראָװאָצירט אױף שאַרפֿקײט, נאָר, װי יעדע קאָרעספּאָנדענץ צװישן צװײ מענטשן, איז זי ניט פֿאַר דער עפֿנטלעכקײט. דערנאָך װערט אָט די קאָרעספּאָנדענץ ברײט פֿאַרשפּרײט מיטן ציל צו קאָמפּראָמעטירן דעם אַדרעסאַט. אָט די עפּיסטאָליאַרישע גאַפּאָנאָװשטשינע [1] איז עקלדיק, זי זײט מכלוקת און פֿאַרדעכטיקײט, זי איז סאָציאַל געפֿערלעך.׳
„כאָטש קײן נעמען זײַנען ניט געװען דערמאָנט, איז אונדז, פֿאַרשטײט זיך, באַלד געװאָרן קלאָר, אַז דאָ גײט די רײד גראָד װעגן נ. אײדעלמאַנען און אַסטאַפֿיעװן, װײַל קײן אַנדער קאָרעספּאָנדענץ, אױף װיפֿל אונדז איז באַקאַנט, איז לעצטנס ניט געװען ברײט פֿאַרשפּרײט.
„צום אַלעם ערשטן, האָבן מיר װידער אַ קלינג געטאָן דעם חבֿר אײדעלמאַן און געפֿרעגט אים:
— נאַטאַן יאַקאָװלעװיטש, זאָגט אונדז, ביטע: צי האָט עס אױף אַן אמתן טאַקע איר פֿאַרשפּרײט אײַער קאָרעספּאָנדענץ מיט אַסטאַפֿיעװן?
— אַװדאי ניט, חבֿרים, — האָט געענטפֿערט דער באַרימטער היסטאָריקער, — און װי אַזױ װאָלט איך זי געקאָנט פֿאַרשפּרײטן, אַפֿילו װען איך װאָלט געװאָלט עס טאָן? אױף דעם האָב איך ניט קײן צײַט און ניט קײן מעגלעכקײטן. איך װײס, אַז אָט די קאָרעספּאָנדענץ אונדזערע איז זײער פֿאַרשפּרײט געװאָרן, נאָר װי אַזױ — האָב איך קײן שום אַנונג ניט. געװיס האָב איך די בריוו געגעבן מײַנע פֿרײַנד, זײ זאָלן זיי לײענען; אפֿשר, האָט עמעצער פֿון זײ גענומען די קאָרעספּאָנדענץ פֿאַרשפּרײטן, און אפֿשר — עמעצער פֿון אַסטאַפֿיעװס פֿרײַנד, דאָס װײס איך ניט.
„און טאַקע: אױף װעלכן סמך, אײגנטלעך, איז אַל. מיכײַלאָװ אַזױ זיכער, אַז פֿאַרשפּרײט האָט די קאָרעספּאָנדענץ גראָד דער, װאָס האָט זי „פֿאַרפֿירט‟? נאָך מער אָבער האָט אונדז דערשטױנט, אַז פֿאַר הער אַסטאַפֿיעװס אַלע קאָנטררעװאָלוציאָנערע, מאָנאַרכיסטישע, שאָװיניסטישע, אָבסקוראַנטישע אַרױסזאָגונגען האָט אַל. מיכײַלאָװ ניט געפֿונען קײן אַנדער דעפֿיניציע װי אין גאַנצן „שאַרפֿקײט‟, אױף װעלכער ס׳האָט דעם דאָזיקן ניט–דערשלאָגענעם װײַסגװאַרדײער יאַקאָבי פּראָװאָצירט נ. אײדעלמאַנס אָרנטלעכער בריװ, אָנגעשריבן פֿונעם בירגערלעכן, סאָװעטישן, אינטערנאַציאָנאַליסטישן שטאַנדפּונקט, און אונדזער באַרימטן, מערקװירדיקן היסטאָריקער, דעם אױטאָר פֿון גלענצנדיקע ביכער װעגן די דעקאַבריסטן און הערצענען, האָט אַל. מיכײַלאָװ פֿאַרגליכן מיט דעם גלח גאַפּאָן. מיר װײסן ניט, װער איז אַל. מיכײַלאָװ און װי אַזױ ער איז אַרײַנגעדרונגען אױף די זײַטן פֿון „פּראַװדאַ‟, — נאָר װי אַזוי האָט געקאָנט געשען, אַז אַזאַ אַרטיקל איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אין דער הױפּט–צײַטונג פֿון אונדזער לאַנד, אין דער צײַטונג, װאָס איז באַליבט פֿונעם גאַנצן סאָװעטישן פֿאָלק און מיליאָנען פּראָגרעסיװע מענטשן איבער דער גאָרער װעלט?! שױן זשע האָט אין דער רעדאַקציע פֿון אונדזער באַליבטער און חשובֿער צײַטונג זיך אױך דורכגעשמוגלט אַ שׂונא?!
„מיר, סאָװעטישע אַרבעטערס, פּראָטעסטירן קעגן פֿאַרשיידענע שפּיצלעך פֿון די ניט–דערשלאָגענע קאָנטררעװאָלוציאָנערן און זײערע צודעקערס. טאַקע אַזעלכע װי זײ שטערן אונדזער פֿאָלק אױף זײַן ליכטיקן װעג צו קאָמוניזם. אַזעלכע אױסװוּרפֿן האָבן ניט װאָס צו טאָן אין אונדזער סאָװעטישן לאַנד!‟


אָט די װענדונג האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש צוגעשיקט אין דער רעדאַקציע פֿון „פּראַװדאַ‟, אינעם קאָמיטעט פֿונעם פּאַרטײ–קאָנטראָל, אינעם צענטראַל–קאָמיטעט פֿון דער פּאַרטײ און אין קאַ–גע–בע. נאָך דעם איז ער אױסגעווען אין אַ האַלב טוץ מאַגאַזינען פֿון שרײַב־געצײַג, אײַנגעקױפֿט דאָרטן פֿאַרשײדענע העפֿטן און פּענעס און, סטאַרענדיק זיך צו שרײַבן מיט פֿאַרשײדענע כּתבֿן, פֿאַרפֿאַסט נאָך עטלעכע בריװ פֿונעם אידענטישן אינהאַלט אין נאָמען פֿון די אַרבעטער פֿון אַנדערע גרױסע מאָסקווער אונטערנעמונגען. אָט די אַלע בריװ האָט ער אָפּגעשיקט אויף די זעלבע אַדרעסן: זאָלן זײ װיסן, פּאַסקודניאַקעס אײנע!

4


די טעג האָבן זיך געצױגן, װי געװײנטלעך. אמת, היות סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש פֿלעגט שרײַבן זײַנע „אַרבעטער–װענדונגען‟ בשתּיקה, בײַ נאַכט, פֿלעגט ער אין דער װאָכן זיך ניט אױסשלאָפֿן. אײן מאָל איז ער אַפֿילו אײַנגעשלאָפֿן אין מעטראָ, דורכגעפֿאָרן זײַן סטאַנציע און פֿאַרשפּעטיקט צו דער אַרבעט. יעדן אָװנט האָט טאַניאַ, שטרעבנדיק אײַנצוריכטן די באַציִונגען מיטן מאַן, אָנגעהױבן זיך לאַשטשען צו אים, נאָר ער האָט זיך געפֿילט מיד, און אָפֿט האָבן אים פּשוט אויסגעפֿעלט כּוחות. ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז ניט גוט, מחמת עס קאָן שטױסן די פֿרױ װידער צו װערן אים אומגעטרײַ, נאָר אַצינד איז זײַן „אונטערערדישער קאַמף‟ קעגן אַסטאַפֿיעװן און זײַנע הױכגעשטעלטע פּאַטראָנען געװאָרן פֿאַר אים אַ מין אידעע פֿיקס, און יעדע נאַכט האָט ער ממש ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן ביז ער האָט ניט אָנגעשריבן אַ נײַע װענדונג. באַזונדערס האָט אים צעפּאַליעט דאָס, װאָס קײן שום רעאַקציע האָט ער ניט באַמערקט, אין קײן מאַס–מעדיאַ האָט מען אַסטאַפֿיעװן ניט געטאַדלט, נאָר װען ער האָט זיך װידער באַגעגנט מיט ליװשינען און יענעמס פֿרײַנד דעם שרײַבער, האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז אַל. מיכײַלאָװ איז אַ גאַנצער יאַ–טעבע–דאַם: אַ סעקרעטאַר פֿונעם שרײַבער–פֿאַראײן, אַ װיצע–פּרעזידענט פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער ליטעראַטור–קריטיקער–אַסאָציאַציע, פֿריִער געװען דער ערשטער פּראָרעקטאָר פֿונעם ליטעראַטור–אינסטיטוט און אַפֿילו געאַרבעט אינעם צענטראַל–קאָמיטעט פֿון דער פּאַרטײ, אָנגעשריבן און אַרויסגעלאָזט אַ סך ביכער… ס׳װאָלט געקאָנט זיך דוכטן, אַז װיסנדיק, אין װאָס פֿאַר אַ לאַנד ער וווינט, װאָלט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש געמוזט שלום מאַכן מיט אַ נײַעם אומיושר, נאָר „החלות לנפּל‟ — ער האָט שױן ניט געקאָנט זיך אָפּשטעלן.
די היפּערטאָניע–אָנפֿאַלן האָבן אים געהאַלטן אין אײן פּײַניקן כּמעט יעדע נאַכט. טאַניאַן האָט עס באַומרויִקט, און דורך דריטע פּאַרשױנען האָט זי געפֿונען אַ הױכקװאַליפֿיצירטן קאַרדיאָלאָג אינעם 50סטן שפּיטאָל, װוּ ס׳האָבן געאַרבעט אַ סך גוטע און באַװוּסטע דאָקטױרים. יענער, אַ ייִד פֿון אַ יאָר פֿופֿציק, האָט באַטראַכט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן, צוגעשריבן אים אַנאַפּרילין און היפּאָטיאַזיד, װי אױך טאַזעפּאַם, דערקלערנדיק, אַז שלאָפֿן איז ביז גאָר װיכטיק פֿאַרן געזונט. און טאַקע, ווען בעתן אַנדערן אָנפֿאַל האָט ער אײַנגענומען אָט די צװײ רפֿואות, איז דער בלוטדרוק גיך געפֿאַלן, און ס׳האָט אױפֿגעהערט װײ טאָן דער קאָפּ.
— אַלץ װעט זײַן גוט, — טאַניאַ האָט אַ גלעט געטאָן דעם מאַנס קאָפּ, — לײג זיך, אַנטשפּאַן זיך. אַלץ װעט זײַן גוט…
זי האָט זיך געלײגט דערנעבן, אַ קוק געטאָן סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן גלײַך אין די אױגן און בפֿירוש דערפֿילט, אַז סע גײט דאָ ניט בלױז אין זײַן היפּערטאָניע.
— נו, װאָס רעגט דיך אױף? — סײַ אין טאַניאַס שטים, סײַ אין די אױגן אירע איז געװען אױפֿריכטיקע װאַרעמקײט און זאָרג. זי האָט אַ טראַכט געטאָן, אַז איר מאַן קאָן נאָך אַלץ איר ניט גלײבן אין גאַנצן נאָך דעם, װאָס ס׳איז געשען.
סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט געשװיגן אַ פּאָר רגעס — און צום ערשטן מאָל דערצײלט טאַניאַן װעגן אַל. מיכײַלאָװס אַרטיקל.
— נו, און װאָס האָסטו דערװאַרט? — האָט זי גלײַך געענטפֿערט, — אַז זײ װעלן אונטערהאַלטן אײדעלמאַנען?
טאַניאַ האָט זיך צוגעטוליעט צום מאַן מיט איר גאַנצן קערפּער, אַרומגענומען אים און אַרומגעכאַפּט זײַנע ליפּן מיט איר מױל צערטלעך, נאָר פֿעסט, װי זאָגנדיק דערמיט: דערפֿאַר אָבער האָסטו מיך! סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט עס דערפֿילט, פֿאַרמאַכט די אױגן און זיך אָפּגעגעבן דער פֿרױס צערטלונגען. איר הײסע, פֿלינקע צונג האָט לאַנג באַלעבאַטעװעט אין זײַן מױל, ביז ער, אַ צעהיצטער, האָט זיך ניט אונטערגעהױבן מיט אַ קרעכץ. טאַניאַ האָט זיך גיך געלייגט אױפֿן רוקן…
דערנאָך האָט זי צוגערעדט דעם מאַן אײַננעמען אױך טאַזעפּאַם, כּדי סוף-כּל-סוף זיך אױסשלאָפֿן װי געהעריק. לאַנג אײַנרעדן אים איז איר ניט אױסגעקומען, היות דװקא נעכטן האָט מען אינפֿאָרמירט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן, אַז אין עטלעכע טעג אַרום װעט ער מוזן פֿאָרן אין אַן אָרדנטלעכער קאָמאַנדירונג, און ער האָט אַ טראַכט געטאָן, אַז דאָס װעט זײַן אַ פּאַסיקע געלעגנהײט צו פֿאַרברײטערן די געאָגראַפֿיע פֿון די פּראָטעסטירנדיקע אַרבעטערס. די מאָסקװער האָרעפּאַשניקעס קאָנען דערװײַל זיך אָפּרוען.

5


די אַרבעטער פֿונעם קאַלך–זאַװאָד פֿון דער קלײנער װײַסרוסישער שטאָט װאָלקאָװיסק האָבן זיך אַרױסגעװיזן זײער אָנגעלײענט אין דער רוסישער און סאָװעטישער פּאָעזיע:
„׳איך האָס דיך און דײַן מיאוסן טראָן,
דו אײגנמאַכטיקער רוצח!
דײַן אומקום, דײַנע קינדערס טױט
מיט פֿרײד אַכזריותדיקער זע איך׳.‟

אַזױ האָט געשריבן דער גרױסער פּושקין.

„מיר האָבן אומגעקערט צו רוסלאַנדס קײסער
די קױל, װאָס האָט געשיקט אין דיר דאַנטעס.‟

„אַזױ האָט געשריבן דער באַרימטער סאָװעטישער פּאָעט יאַראָסלאַװ סמעליאַקאָװ. און דער ניט–דערשלאָגענער מאָנאַרכיסט אַסטאַפֿיעװ שטעלט זיך אײַן פֿאַר ניקאָלײַ דעם בלוטיקן און זײַן פּאַסקודנע געזינדל, און דערצו דערמאָנט עפּעס אַ ׳גאָט׳ און ׳דעם עװאַנגעליום׳!.‟
דערצו האָבן זײ דעמאָנסטרירט גאָר אַ טיפֿע באַהאַװנטקײט אינעם געביט פֿונעם װיסנשאַפֿטלעכן אַטעיִזם:
„דער ניט–דערשלאָגענער רעליגיעזער אָבסקוראַנט אַסטאַפֿיעװ האָט געװאַגט צו באַלײדיקן און טרײַבן רכילות אױף דעם פּראָמינענטן סאָװעטישן געלערנטן אי. קריװעליאָװ, װעמענס ביכער, װאָס דעקן אױף רעליגיעזע פֿאָראורטײלן, זײַנען באַליבט מצד מיליאָנען סאָװעטישע מענטשן!‟
סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן האָט געקלעקט די ערשטע נאַכט אָנצושרײַבן אָט די װענדונג, אַזױ אַז אין די איבעריקע צװײ נעכט האָט ער געקאָנט זיך רויִק אױסשלאָפֿן, און אַהײם האָט ער זיך אומגעקערט אין גאַר אַ גוטן צושטאַנד און שטימונג.
אונדזער העלד האָט אָבער ניט געװוּסט, אַז זײַן ריװאַל האָט קײן מאָל ניט געהאַט געלאָזט טאַניאַ צו רו. געהײסן האָט ער געאָרגי, און געװען איז ער טאַניאַס אַן אַמט–קאָלעגע אין אײן עלטער מיט איר, אַ הױכער, בילדשײנער ברונעט (אַ האַלב–גריך, עטװאָס ענלעך אױף באָריען, סײַ אױסערלעך, סײַ אין אײניקע כאַראַקטער–שטריכן), װאָס האָט ניט דורכגעלאָזט קײן אײן פֿרױ און איז געװען באמת זײער אַ גוטער קאָכאַנעק. װען טאַניאַ האָט אים דערקלערט, אַז זי קאָן זיך מער ניט באַגעגענען מיט אים בײַ זיך, װײַל די שכנים האָבן זײ געהאַט געזען און עס צוגעטראָגן איר מאַן, האָט געאָרגי, אױך אַ חתונה–געהאַטער, געמאָלדן, אַז זײַנער אַ חבֿר קאָן איבערגעבן זײַן דירה אין זײער רשות.
— נו, האָסטו ליב דײַן מאַן — איז האָב אים ליב! — האָט ער געהאַלטן אין אײן טענהן אינעם קאָרידאָר בשעתן רײכערן אָדער צוזעצנדיק זיך צו טאַניאַן אין דער גאָרקיך בעת אַ מיטיק–איבעררײַס, — איך האָב אױך ליב מײַן פֿרױ, נאָר ס׳איז דאָך סקוטשנע צו שלאָפֿן בלױז מיט אײנער אָדער מיט אײנעם! טאַניו–ו–ושאַ… — ער פֿלעגט זיך אָנבייגן צו איר, און זײַן שטים פֿלעגט װערן שטילער, איבערגײן אױף שעפּטשערײַ, — אין יעדער פֿרױ שטעקט אַ קורװע… און איך פֿיל דאָך — זי שטעקט אין דיר אויך! איז לאָז זשע זי פֿון זיך אַרויס, האָב הנאה פֿונעם לעבן אין דער פֿולער מאָס! מיר לעבן דאָך בלױז אײן מאָל!
אָט אַזױ פֿלעגט ער זי פֿאַרפֿירן טאָג נאָך טאָג — און סוף-כּל-סוף, װען סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש איז װידער אַװעק אױף עטלעכע טעג, האָט טאַניאַ ניט אױסגעהאַלטן…
— טאַניו–ו–ושאַ, דו ביסט דאָך אַזאַ פֿרױ! — האָט געאָרגי געשעפּטשעט און דערבײַ, צוטשמאָטשקענדיק, געקושט זי אין האַלדז, — דו זאָלסט קײן אײן טאָג ניט דורכלאָזן! אַן עכטע פֿרױ מוז זײַן אַ קורװע, אַ זשעדנע, אומאָנזעטלעכע קורװע…
אין דרױסן אין דער שײַן פֿון אַ לאַמטערן האָבן זיך שפּילעװדיק געדרײט שנײ–שטיקלעך, און לעם בעט, אױפֿן נאַכט–טישל אין דער שײַן פֿון דעם לאָמפּ האָבן שימערירט די הילעס פֿון אַמעריקאַנישע און דײַטשישע פּאָרנאָ–זשורנאַלן. געאָרגי האָט לײַכט אַ צי געטאָן טאַניאַס האָר, און זי האָט אַרױסגעלאָזט פֿון זיך אַ קרעכץ.
— גוט אַזױ? — האָט ער צערטלעך געפֿרעגט.
— יאָ–אָ–אָ… — פֿריִער האָט איר עס נאָך קײנער ניט געטאָן.
געאָרגי האָט גענומען ציִען בהדרגה אירע האָר אַלץ שטאַרקער און שטאַרקער — און זי האָט געקרעכצט אַלץ הילכיקער און זיסער. דאַן האָט ער זי אַ לײַכטן פּאַטש געטאָן אין באַק.
— און אַזױ געפֿעלט דיר?
— יאָ… — האָט זי געענטפֿערט, אַלײן אַ פֿאַרחידושטע. דאָס איז אױך געװען לגמרי נײַ פֿאַר איר.
…יענעם אין דער פֿרי, פֿאַרן אַװעקגײן אױף אַרבעט, האָט טאַניאַ איבערגעלאָזט דימקען אַ צעטעלע: „הײַנט װעל איך זיך אומקערן שפּעט. נעם אינעם פֿרידזשידער און װאַרעם זיך אָן די זופּ און די קאָטלעטן.‟
זי האָט זיך אומגעקערט אַהײם, װען ס׳איז שוין געװען כּמעט עלף אַזײגער אין אָװנט, נאָר דימקען האָט זי אין דער היים ניט געטראָפֿן, ער האָט זיך געיאַװעט בערך מיט אַ שעה שפּעטער, אין גאַנצן אין שניי און אַ ביסל װאַקלענדיק זיך.
— װוּ האָסטו… — האָט טאַניאַ גענומען שרײַען און זיך פֿאַרהאַקט, װײַל עס האָט זי אַרומגעכאַפּט אַ מאָדנע און אומגעריכט געפֿיל: זי האָט געקוקט אױף דימקען ניט װי אױף איר זון, נאָר װי אױף אַ מאַנצביל. יאָ, ער האָט שױן טאַקע אָנגעהױבן װערן אַ מאַנצביל… — װוּ האָסטו אַרומגעשליאָנדרעט?
— שפּאַצירט מיט די פֿרײַנד… װאָסי, מע טאָר ניט? — האָט דימקע געענטפֿערט מיט עפּעס אַ פֿאַמיליאַרישן טאָן.
טאַניאַ האָט זיך דערנענטערט צום זון און דערשמעקט, אַז ס׳שלאָגט פֿון אים ניט בלױז מיט טוטין, נאָר אױך מיט אַלקאָהאָל.
— שפּאַצירט? געהוליעט? — האָט טאַניאַ װידער געשריגן, — מיט פֿרײַנד? און אפֿשר אױך מיט מיידלעך געהוליעט?
— און אױב אַפֿילו מיט מײדלעך, װאָס דאַרף עס דיך אַרן? — האָט דימקע חוצפּהדיק געמאָלדן.
דאָ איז געשען דאָס, װאָס פּסיכאָלאָגן איבער גאָר דער װעלט פֿאַרטײַטשן אָפֿט אַזוי: פֿילנדיק זיך שולדיק פֿאַר איר מאַן, האָט טאַניאַ אויסגעלאָזט אירע געפֿילן צום זון, אָנגעכאַפּט אים פֿאַר די האָר און אָנגעהױבן פּאַטשן אים אין די באַקן מיט אַלע כּוחות, אָנרופֿנדיק אים מיט די לעצטע װערטער. שפּעטער אָבער, שױן ליגנדיק אין בעט, האָט זי מיט אַ געפֿיל פֿון שרעק זיך מודה געװען, אַז טוענדיק מיט דימקען כּמעט דאָס זעלבע, װאָס עס האָט מיט איר פֿריִער געטאָן געאָרגי, האָט זי דערבײַ געהאַט אַ סעקסועל געפֿיל… „גאָט מײַנער, כ׳בין דאַן אין דער אמתן אַ גרויסע קורװע!‟ — האָט זי שטיל אַרױסגערעדט אױף אַ קול אין דער פֿינצטערניש פֿון דער נאַכט.

6


גערעכט איז געװען זרש — און די באַרימטע װערטער אירע האָבן געהאַט אַ שײַכות אי צו סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן, אי צו טאַניאַן, אי צו דימקען. אין דער זעלבער צײַט, ווען טאַניאַ אין געאָרגיס אָרעמס פֿלעגט אַנטדעקן פֿאַר זיך אַלץ נײַע און נײַע מינים טענוגים און דימקע פֿלעגט זיך דערװײַל אַרומשלעפּן גאָט װײסט װוּ און מיט װעמען, זײַנען פֿון אַלע עקן סאָװעטן–פֿאַרבאַנד געפֿלױגן קײן מאָסקװע לײַדנשאַפֿטלעכע בריװ פֿון אױפֿגעבראַכטע האָרעפּאַשניקעס, אַזױ אַז די מאַכטהאָבערס האָבן געקאָנט זיך בלױז חידושן, פֿון װאַנען נעמען זיך צווישן די אַרבעטער–מאַסן אַזױ פֿיל הױך–אידעיִשע מענטשן, פֿאַרערערס פֿון נ. אײדעלמאַנען און י. קריװעליאָװן, און פֿאַרביסענע האַסערס פֿון װ. אַסטאַפֿיעװן און אַל. מיכײַלאָװן. סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן איז שױן געװען שװער אױסצוהאַלטן פֿאַרשײדענע כּתבֿן, דערפֿאַר אָבער האָט ער געניצט אַלץ נײַע און נײַע נוסחונות.
די אַרבעטער פֿונעם יערעװאַנער קאָניאַק–זאַװאָד, למשל, האָבן צװישן אַנדערש אָנגעשריבן אַזאַ ווענדונג:
„מיר בעטן איבערצוגעבן דעם חבֿר אײדעלמאַן: נאַטאַן–דזשאַן, קום צו פֿאָרן צו אונדז קײן אַרמעניע, דערצייל אונדז װעגן אונדזער באַליבטן פּושקינען! און מיר װעלן דיר געבן צו טרינקען אַזאַ קאָניאַק, װאָס דו האָסט נאָך קײן מאָל אין דײַן לעבן ניט געטרונקען! קום צו פֿאָרן, טײַערער, מיר אין אַרמעניע האָבן פּושקינען אַזױ ליב, אַזױ ליב! און נאַטאַן יאַקאָװלעװיטש אײדעלמאַנען רעספּעקטירן מיר דאָ זײער, זײער אַ סך! דעם חבֿר קריװעליאָװ בעטן מיר אױך איבערגעבן: יאָסיף–דזשאַן, קום צו פֿאָרן צו אונדז, דערצײל אונדז, אַז קײן גאָט איז ניטאָ און מיר אַלע — אַרמענער, ייִדן, רוסן, נעגערס און אַפֿילו טשוקטשן מיט כינעזער — שטאַמען פֿון מאַלפּעס! יאָסיף אַראָנאָװיטש קריװעליאָװן רעספּעקטירן מיר אין אַרמעניע אױך זײער, זײער אַ סך! יעדערער פֿון אונדז קאָן עדות זאָגן: אױב מע לײענט פֿאַרן שלאָף קריװעליאָװס אַ קלוג בוך, װילט זיך דעם אַנדערן טאָג ממש אױספֿילן און איבערפֿילן דעם פּלאַן — פֿאַרפֿלײצן, אַזױ צו זאָגן, דאָס גאַנצע באַליבטע סאָװעטישע לאַנד אונדזערס מיט קאָניאַק!
„און אַסטאַפֿיעװ, הינטישער זון, פּאַסקודניאַק אײנער, זאָל זיך פֿאַרנעמען קײן טערקײַ און קײן אַמעריקע, צו די װײַס–גװאַרדײערס, דאַשנאַקעס און אַנדערע מוסאַװאַטיסטן! זאָל ער דאָרטן זױפֿן זײער פּאַרשיװן װיסקי! און מיכײַלאָװ זאָל שרײַבן אין דער שטינקענדיקער ׳ניו–יאָרק טײַמס׳, ניט אין אונדזער באַליבטער ׳פּראַװדאַ׳: גראָד דאָרטן איז זײַן אָרט!‟.
די אַרבעטער פֿונעם סיליקאַטן–ציגל זאַװאָד אין דער טאָטערישער שטאָט, װאָס אין יענער צײַט האָט זי געהײסן „ברעזשניעװ‟, האָבן געהאַט די זעלבע מיינונג װעגן דעם, װאָס עס קומט אַסטאַפֿיעװן און מיכײַלאָװן, נאָר האָבן אַרױסגערוקט ביז גאָר אינטערעסאַנטע קאָנסטרוקטיװע פֿאָרשלאָגן מכּוח די צװײ לעבעדיקע ייִדן, װאָס זײַנען געװאָרן אָביעקטן פֿון אַסטאַפֿיעװס צאָרן:
„מיר לײגן פֿאָר, אַז נ. יאַ. אײדעלמאַן װי אַן אמתער אינטערנאַציאָנאַליסט זאָל באַלױנט װערן מיטן אָרדען פֿון פֿעלקער–פֿרײַנדשאַפֿט און אױסגעװײלט װערן צו זײַן אַ דעפּוטאַט פֿון דעם נאַציאָנאַליטעטן–ראַט פֿון פֿססר. מיר לײגן אױך פֿאָר, אַז אי. אַ. קריװעליאָװ װי אַ דערפֿאַרענער און פֿאַרדינסטפֿולער קעמפֿער קעגן רעליגיעזע פֿאָראורטײלן זאָל באַלױנט װערן מיטן טיטל ׳העלד פֿון סאָציאַליסטישער מי׳ און אױסגעװײלט װערן צו זײַן אַ דעפּוטאַט פֿון דעם אױבער–ראַט פֿון פֿססר. מכּוח דעם ניט–דערשלאָגענעם פֿאַשיסט אַסטאַפֿיעװ און זײַן צודעקער מיכײַלאָװ — זאָל מען זײ אַרױסטרײַבן צו אַלדע רוחות פֿון אונדזער סאָװעטיש לאַנד!‟
נו, און די אַרבעטער פֿונעם שעדאָקער גיפּס–זאַװאָד אינעם ייִשובֿ פּסעבײַ אױפֿן צפֿון–קאַװקאַז האָבן בפֿירוש געהאַט זײער אַ סך און ערנסט שטודירט לענינס ירושה:
„׳אַ שאַנד דעם פֿאַרשאָלטענעם צאַריזם, װאָס האָט געפּײַניקט און פֿאַרפֿאָלגט די ייִדן. אַ שאַנד יענע, װאָס זײען פֿײַנטשאַפֿט צו די ייִדן, װאָס פֿלאַנצן האַס צו אַנדערע נאַציעס.׳ ׳יעדע רעליגיעזע אידעע, יעדע אידעע וועגן יעדן גאָטעניו, אַפֿילו יעדעס קאָקעטירן מיט גאָטעניו איז אַן אומבאַשרײַבלעכסטע פּאַסקודסטווע <…> דאָס איז די סאַמע געפֿערלעכע פּאַסקודסטווע, די סאַמע העסלעכע אָנשטעקונג׳. ׳דעם גרױסרוסישן שאָװיניזם דערקלער איך אַ שלאַכט אױף לעבן אָדער אױף טױט.׳ — אַזױ האָט געזאָגט אונדזער ליבער וולאַדימיר איליטש.
„פֿאַר װאָס זשע האָט מען ביז איצט ניט אַרױסבאַגלייט אַסטאַפֿיעװן, אָט דעם לאַקײ פֿון גלחים, אין די לענדער פֿון ׳בורזשואַזער דעמאָקראַטיע׳, װי עס האָט אױפֿגערופֿן דער גרױסער לענין? שױן זשע ערבֿ דעם 70–יאָריקן יובילײ פֿון דער אָקטאָבער–רעװאָלוציע האָט אונדזער אַרבעטער–קלאַס זיך נאָך ניט אױסגעלערנט אױסניצן זײַן מאַכט?!‟

…ניט װײניק איז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן אױסגעקומען פֿאָרן אינעם דאָרף לאָנדאָקאָ, װאָס געפֿינט זיך אין דער ייִדישער אױטאָנאָמער געגנט און װוּ עס לאָזט אַרויס זײַן פּראָדוקציע דער באַרימטער קאַלך–זאַװאָד. יעדעס מאָל איז ער געפֿאָרן אַהין מיט אַ צוג פֿון כאַבאַראָװסק, און פֿאַרבײַפֿאָרנדיק ביראָבידזשאַן, פֿלעגט ער קוקן אינעם פֿענצטער, און אַלץ אַרום האָט אױסגעזען אַזױ נעבעכדיק, אַז ס׳האָט זיך אים קײן מאָל ניט פֿאַרוואָלט אַ קוק טאָן די שטאָט. ער האָט געװוּסט, אַז ניט געקוקט אױפֿן נאָמען פֿון דער געגנט, האָבן די ייִדן געבילדעט בלױז אַ פּיצינקע מינדערהײט פֿון דער דאָרטיקער באַפֿעלקערונג. דאָס מאָל אָבער, היות במשך פֿון די לעצטע חדשים איז ער פֿאַרזונקען געװאָרן אינעם קאַמף קעגן שׂינאת–ישׂראל (הגם אױף גאָר אַן אײגנאַרטיקן אופֿן), האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש, אױסריכטנדיק זיך אין אַן אָרדנטלעכער נסיעה אױפֿן װײַטן–מיזרח, אַ טראַכט געטאָן: פֿאַר װאָס ניט באַקוקן ביראָבידזשאַן כאָטש אַ ביסעלע? פֿאָרט אַן „אָפֿיציעלע ייִדישע שטאָט‟, אַפֿילו „די הױפּטשטאָט‟, אַזױ צו זאָגן. דערצו נאָך װאָלט געװען גאַנץ לאָגיש, אַז די ביראָבידזשאַנער אַרבעטער זאָלן אױך אױסדריקן זײער פּראָטעסט. ס׳איז געבליבן בלױז זיך דערװיסן, װאָסערע זאַװאָדן זײַנען דאָרטן פֿאַראַן. אינעם צוג האָט ער געפֿונען אַן אָפּגעזונדערט אָרט און, אַװעקגעלײגט אױף די קני זײַן ברױנעם „קאָמאַנדירונג–פּאָרטפֿעל‟, אָנגעטינטלט פֿיר װענדונגען לױטן סטאַנדאַרטן טראַפֿאַרעט, לאָזנדיק אַ פֿרײַ אָרט נאָך די װערטער „מיר, אַרבעטער פֿון…‟
געװען איז אַ קילער מײַ–פֿאַרנאַכט. סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש, אָנגעטאָן אין אַ טונקעלן רעגן–מאַנטל און מיטן פּאָרטפֿעל אין דער האַנט, איז אַרױס פֿונעם װאַגאָן, און עס האָט זיך אים תּיכּף געװאָרפֿן אין די אױגן, אַז לעבן דער אױפֿשריפֿט אױף רוסיש „ביראָבידזשאַן‟, זעען זיך אָן איבערן בנין פֿונעם װאָקזאַל מאָדנע צײכנס פֿון דער זעלבער גרײס; דאָס זײַנען געװען די ייִדישע אותיות, װאָס ער האָט ביז אַהער קיין מאָל ניט געזען.
דער װאָקזאַל גופֿא האָט זיך אַרױסגעװיזן ניט קײן גרױסער, אַרומגעשטעלט מיט געװײנטלעכע הילצערנע בענק, װאָס אױף אײניקע פֿון זײ זײַנען געזעסן מענטשן גאָר פּראָסט אָנגעטאָן. אַרױס אין דרױסן, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש דערזען פֿאַר זיך אַ פּלאַץ מיט זעלטענע פֿאַרבײַגײערס. אױף דער קעגנאיבערדיקער זײַט איז געשטאַנען אַן אײגנאָרנדיקע געבײַדע מיט גרױסע פֿענצטער. סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט איבערגעקרײצט דעם פּלאַץ און זיך געלאָזט צום אַרײַנגאַנג פֿונעם בנין מיטן שילדל „אײַזקרעם–קאַפֿע‟. דורך די באַלויכטענע פֿענצטער האָט מען געקאָנט זען ווי יונגע מענטשן זיצן בײַ די טישלעך עסן און טרינקען. ער האָט מיטאַמאָל דערפֿילט, אַז ער איז הונגעריק, נאָר תּחילת האָט מען געדאַרפֿט דערליידיקן די הױפּטזאַך.
— אַנטשולדיקט, כ׳בעט אײַך, — האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אָפּגעשטעלט אַ קלײנװוּקסיקן באַיאָרטן מענטשן מיט ייִדישע געזיכט–שטריכן, — זאָגט מיר, װאָס איז דאָ דער סאַמע גרעסטער זאַװאָד, בײַ אײַך אין ביראַבידזשאַן?
— בײַ אונדז אין ביראָבידזשאַן? — האָט זיך מיט התלהבֿות אָפּגערופֿן דער מאַן, — דער „דאַלסעלמאַש‟, אַװדאי! ס׳איז אונדזער באַרימטער זאַװאָד! אױפֿן גאַנצן לאַנד, אױף דער גאָרער װעלט שטעלט ער צו זײַן פּראָדוקציע! — דער מענטש האָט גערעדט מיט אַ לײַכטן ייִדישן אַקצענט, — איר זײַט צום ערשטן מאָל אין ביראָבידזשאַן?
— יאָ, — האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ און זיך צוגעאײַלט צו רײדן װײַטער, זעענדיק, אַז זײַן מיטשפּרעכער איז זײער אַ באַרײדעװדיקער, — איז װי זאָגט איר, הייסט ער? „דאַל–סעל–מאַש‟?
— „דאַלסעלמאַש‟, „דאַלסעלמאַש‟! — האָט באַשטעטיקט דער מענטש, — דאָס איז אונדזער שטאָלץ! און איר זײַט אױף לאַנג געקומען צו אונדז אין ביראָבידזשאַן?
— צום באַדױערן, נײן… און װוּ געפֿינט זיך דער „דאַלסעלמאַש‟?
— אױף שלום–עליכם–גאַס, אָט דאָרטן, — דער מאַן האָט אױסגעשטרעקט די האַנט, — גאָר װײַט פֿון דאַנעט. נעמט דעם אױטאָבוס… — און ער האָט גענומען דערקלערן, װי אַזױ זיך צו דערקלײַבן צו „אונדזער שטאָלץ‟, ברײַענדיק דערבײַ װידער מכּוח דעם, װאָס פֿאַר אַ באַרימטער און װוּנדערלעכער זאַװאָד איז דער „דאַלסעלמאַש‟, אַזױ אַז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש, סטאַרענדיק זיך צו זײַן בנימותדיק, איז קױם פּטור געװאָרן פֿון אים.
פֿאַרבײַגעגאַנגען אַרום דעם קאַפֿע, איז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש געקומען צו אַ לאַנגן סקװער, באַפֿלאַנצט מיט טאָפּאָלן. דאָרטן האָט ער זיך אַװעקגעזעצט אױף אַ פֿרײַער באַנק, אַרױסגענומען פֿונעם פּאָרטפֿעל די בריװ און אַרײַנגעשריבן אין זיי די װערטער „זאַװאָד ׳דאַלסעלמאַש׳‟.
— זאָגט מיר, כ׳בעט אײַך, — האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש זיך געװענדט צו אַ מיטלװוּקסיקער פֿרױ פֿון אַ יאָר פֿערציק, — װוּ איז דאָ בײַ אײַך די פּאָטשט?
— אָט אַהין גייט, דורך דער גאָרקי–גאַס, װעט איר דערגײן כּמעט ביזן סאַמע טײַך — און אױף דער רעכטער זײַט װעט איר דערזען דעם פּאָטשטאַמט. ס׳איז אַ גרױסע געבײַדע.
„אױך דאָ איז פֿאַראַן אַ גאָרקי–גאַס…‟ — האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אַ טראַכט געטאָן. ער האָט אָבער פֿאַרגעדענקט, אַז יענער ייִד האָט דערמאָנט די שלום–עליכם־גאַס.
— און ביז װיפֿל אַזײגער אַרבעט ער?
— כממם… ביז זיבן, דוכט זיך…
ס׳איז שױן געװען אַרום האַלב זעקס. דער זיסלעכער ריח פֿון טשערעמוכע־ביימער האָט אַ שלאָג געטאָן סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן אין פּנים. ער האָט טיף אײַנגעאָטעמט און זיך גיך געלאָזט אין דער אָנגעװיזענער ריכטונג.
אױפֿן פּאָטשטאַמט איבערן אַרײַנגאַנג האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש װידער דערזען די ייִדישע אותיות. דאָ האָט ער זיך דערװוּסט דעם אַדרעס פֿונעם „דאַלסעלמאַש‟. אײַנגעקױפֿט קאָנװערטן און מאַרקעס און אָנגעשריבן אױף די קאָנװערטן די אַדרעסן פֿונעם צענטראַל–קאָמיטעט פֿון דער פּאַרטײ, קאַ–גע–בע און אַזױ װײַטער, האָט ער, װי מיט עפּעס אַ שאָדנפֿרײד, אָנגעשריבן דעם צוריק–אַדרעס: „שלום–עליכם–גאַס, ביראָבידזשאַן, די ייִדישע אױטאָנאָמע געגנט‟ (הגם דאָס לעצטע האָט מען ניט געדאַרפֿט דערמאָנען). אָפּגעשיקט אַלץ קײן מאָסקװע, איז ער געװױר געװאָרן, װוּ ס׳געפֿינט זיך די גאַס אויף שלום–עליכמס נאָמען, און האָט אַוועקגעשפּאַנט אַהין.
ביראָבידזשאַן האָט אױסגעזען צו זײַן אַ געװײנטלעכע הײַנטיקע פּראָװינציעלע שטאָט. זי איז געװען זײער אַ באַגרינטע, און געמאַכט אַ גוטע שטימונג. הגם ס׳רובֿ מענטשן אױף די גאַסן זײַנען בפֿירוש געװען ניט–ייִדן, האָט זיך סעמיאָן אַרקאַדיעוויטשן געדאַכט, אַז דאָ טרעפֿן זיך ייִדישע פּנימער אַ ביסל אָפֿטער, װי אין מאָסקװע. בײַם סקװער האָט ער דערזען אַ קיאָסק, װאָס פֿון דער װיטרינע, צװישן אַ חוץ דעם אַלעמען, האָט אַרויסגעקוקט אַ צײַטונג אױף דער ייִדישער שפּראַך. דערגאַנגען ביז דער געגאַרטער שלום–עליכם–גאַס, האָט ער פֿאַרקערעװעט אױף רעכטס, איבערגעקרײצט דעם סקװער, געשפּאַנט װײַטער און באַלד דערזען אַ מאַרק. דאָ האָט ער שױן דערפֿילט, אַז ער איז באמת זײער הונגעריק. דאָס אײנציקע, װאָס מע האָט געקאָנט דאָרט קױפֿן און תּיכּף אױפֿעסן זײַנען געװען פּירעזשקעס. ער האָט געקױפֿט אײן פּירעזשקע מיט קרױט און אײן פּירעזשקע מיט ליװער, אַרײַנגעשלונגען זײ אין אײן אױגנבליק און געקויפֿט נאָך צװײ. די מאַרקזיצערקע, אַ באַיאָרטע רוסישע פֿרױ אין אַ טיכל, האָט אַ קוק געטאָן אױף אים מיטפֿילנדיק און געפֿרעגט:
— האָסט זיך אױסגעהונגערט, טײַערינקער? גײ, עס אָפּ אָט דאָרטן, אינעם רעסטאָראַן: בלױז פֿון פּירעזשקעס װעסטו זאַט ניט ווערן!
ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז דער רעסטאָראַן געפֿינט זיך אינעם האָטעל דערנעבן, װאָס בײַם אַרײַנגאַנג האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש װידער דערזען אַן אױפֿשריפֿט אױף ייִדיש. דער זאַל פֿונעם רעסטאָראַן איז געװען גרויס און לײדיק. אַ יונגינקע קורנאָסע אָפֿיציאַנטקע אין אַ פֿאַרטעכל האָט געבראַכט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן דעם מעניו, און דאָרטן האָט ער דערזען: פֿאָרשמאַק, געפֿילטע פֿיש, יױך מיט קנײדלעך, ביראָבידזשאַנער שניצל…
— און װאָס איז אַזױנס ביראָבידזשאַנער שניצל? — האָט ער געפֿרעגט.
— דאָס איז חזיר–שניצל, — האָט די אָפֿיציאַנטקע דערקלערט, — איך רעקאָמענדיר אײַך אונדזער אײגנאַרטיקן מאכל: עסיקפֿלייש.
אַרױס פֿונעם רעסטאָראַן, איז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אַריבער אױף דער אַנדערער זײַט גאַס און נאָך עטלעכע מעטער, איז ער געבליבן שטיין פֿאַרן בנין פֿונעם שטאָטישן קאָמיוג–קאָמיטעט. דאָרטן בײַם אַרײַנגאַנג איז אױך געװען אַן אױפֿשריפֿט אױף ייִדיש…
סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן איז געװען ניט גרינג צו פֿאָרמולירן אַפֿילו פֿאַר זיך אַלײן, װעלכע געפֿילן האָבן בײַ אים אַרױסגערופֿן די עטלעכע שעה, װאָס ער האָט פֿאַרבראַכט אין ביראָבידזשאַן, נאָר אײנס איז אים געװען קלאָר: ער האָט ניט באַדױערט, װאָס ער האָט געהאַט באַזוכט „די ייִדישע הױפּטשטאָט‟.
אין לאָנדאָקאָ איז אַלץ אַדורך װי געװײנטלעך, דער צוג קײן כאַבאַראָװסק איז אָפּגעפֿאָרן שפּעט אין אָװנט, און פֿאַרן גײן אױף דער סטאַנציע, איז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש צוגעגאַנגען צו אַ פּאָסטקעסטל, כּדי אַרײַנצוּװאַרפֿן די פֿיר בריװ „פֿון די אַרבעטער פֿונעם לאָנדאָקאָער קאַלך–זאַװאָד‟.
— סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש? — האָט ער דערהערט הינטער זיך אַן אומבאַקאַנטע שטים.
ער האָט זיך אומגעקוקט און דערזען צװײ פֿאַרהעלטנישמעסיק יונגע מאַנצבילן פֿון אַ ספּאָרטיװער קאָמפּלעקציע.
— קומט מיט אונדז, ביטע, — און זײ האָבן בײדע געװיזן סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן די גוטע רױטע שײַנען.

עפּילאָג


דער עראָפּלאַן האָט דערגרײכט די הײך און זיך דורכגעריסן דורך די װאָלקנס, אַזױ אַז אונטן האָט זיך געשפּרײט ביזן סאַמע האָריזאָנט װי אַן אומגעהײַערע געבערגלטע שנײ– אָדער װאַטע–דעק, באַגאָסן מיט זונענשײַן, און אויבן — אַ ברעגלאָזיקער בלױקײט–רױם מיט אַ העלן ראַנד. וואָס דערוואַרט אים ווײַטער איז געװען סעמיאָן אַרקאַדיעוויטשן לגמרי אומבאַוווּסט, נאָר ס׳איז געװען קלאָר, אַז זײַן נעכטן איז פֿאַרבײַ אױף תּמיד און קײן שום אומקער צו אים קאָן ניט זײַן.
ס׳איז טאַקע ניטאָ אַזאַ אַרטיקל אינעם קרימינעלן קאָדעקס, אונטער װעלכן מע װאָלט געקאָנט אונטערפֿירן דאָס, װאָס סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט געהאַט געטאָן, נאָר פֿון דער פּאַרטײ האָט מען אים פֿאָרט אױסגעשלאָסן „פֿאַר אַן אױפֿפֿיר, װאָס פּאַסט ניט פֿאַר אַ קאָמוניסט‟. ווי אַ סך–הכּל האָט מען אים אָפּגעזאָגט פֿון דער אַרבעט, און טאַניאַ האָט אים פֿאַרלאָזט. „איך דאַרף אַ קלוגן ייִד, ניט אַזאַ װי דו!‟ — האָט זי אים דערקלערט, — „און דימקע דאַרף אין גאַנצן ניט אַזאַ נאָכשלעפּ!‟ — צו יענער צײַט האָט מען דימקען מיט זײַנע פֿרײַנדלעך שױן אַ פּאָר מאָל געהאַט אַרעסטירט פֿאַר כוליגאַנסטווע און גנבֿה, און ס׳איז געװען אַ געפֿאַר, אַז מע װעט אים אַרױסטרײַבן פֿון דער שול.
סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט באַזוכט סימען און פֿאַרבראַכט אַ גאַנצן אָװנט בײַ איר. זי האָט געװײנט, געהאַט רחמנות אױף אים און געבעטן זײער, ער זאָל איר שרײַבן. װאָס שײך באָריען, איז װען סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט אים אָנגעקלונגען און דערציילט װעגן אַלץ, האָט יענער אַפֿילו ניט אױסגעדריקט קײן װוּנטש זיך טרעפֿן מיטן ברודער. ס׳איז געװען קלאָר, אַז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט ניט געהאַט װאָס צו טאָן אין אָט דעם לאַנד — און דעם לאַנדס מאַכטהאָבערס האָבן בפֿירוש געהאַט די זעלבע מײנונג: ער האָט באַקומען אַ דערלױבעניש אַװעקצופֿאָרן זײער גיך.
די יונגע שטאַלטנע סטיואַרדעסעס אין טונקל–בלױע אוניפֿאָרמען און בונטע פֿאַטשײלעס אױפֿן האַלדז האָבן אָנגעהױבן פֿאָרלײגן די פּאַסאַזשירן געטראַנקען. „שױן זשע זײַנען אָט די שײנהײטן ייִדישקעס?!‟ — האָט אַ דערשטױנטער אַ טראַכט געטאָן סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש. עפּעס אומקלאָרע באַגער–חלומות האָבן שױן אָנגעהױבן דורכלױפֿן אין זײַן קאָפּ, נאָר ער האָט זײ תּיכּף איבערגעריסן: „זײ דאַרפֿן מיך, װי אַ טשיריק אױפֿן תּחת…‟

1. גאַפּאָנאָװשטשינע — מאַניפּולאַטאָרישע, פּראָוואָקאַטיווע טעטיקייט