Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

יעווגעני קיסין: איבערזעצונגען

פֿאַרעפֿנטלעכט אין "ייִדיש־בראַנזשע". פּובליקירט אויף אונדזער וועבזײַט מיט אַ דערלויבעניש פֿונעם מחבר און דער אויסגאַבע.

וויליאַם שעקספּיר


אַן אויסצוג פֿון „האַמלעט‟


צו זײַן צי ניט צו זײַן — דאָס איז די קשיא:
צי איידעלער איז אין דעם גײַסט צו לײַדן
דעם בייזן גורלס שטיינוואַרפֿערס און פֿײַלן,
צי זיך באַוואָפֿ׳נען און אַנטשיידן מאַכן
אַ סוף צום ים פֿון צרות. טויט — אַ שלאָף,
ניט מער; און מיט אַ שלאָף אַ סוף מיר מאַכן
צום האַרץ־ווייטיק און טויזנטער נאַטור־קלעפּ,
וואָס ירשנט אונדזער גוף: ס׳איז אַ דערגרייכן
באמת צו באַגערן: שטאַרבן, שלאָפֿן;
און אפֿשר חלומען. אָט איז די שטערונג,
אין טויט־שלאָף וואָסערע חלומות קומען,
ווען די בהלה שטערבלעכע מיר האָבן
אַראָפּגעוואָרפֿן. אָט איז די מחשבֿה,
וואָס מאַכט פּורעניותן אַזוי לאַנג לעבן;
ווײַל ווער וואָלט אויסגעשטאַנען פּעטש פֿון צײַט,
דעם אומיושר מצד דעם אונטערדריקער,
דעם שטאָלצן מאַנס באַליידיקונג, די ליידן
פֿון ליבע אָפּגעווערטיקטער, פֿאַרזאַמונג
פֿון דעם געזעץ, די חוצפּה פֿון דער מאַכט,
די גרינגשעצונג מצד די אומווירדיקע,
וואָס נעמט די ווירדע אויף פֿון זיי סבֿלניש,
ווען ער אַליין קאָן אָפּצאָלן זײַן חשבון
מיט אַ קינזשאַל? ווער אויסשטיין וואָלט די לאַסטן
צו שוויצן אונטער אײַנמידנדיק לעבן,
ווען נאָר דער שרעק פֿון עפּעס נאָכן טויט
(דעם ניט־אַנטדעקטן לאַנד, פֿון וואַנען קערט
קיין רײַזנדער זיך ניט צוריק) דעם ווילן
ניט ברענגען אין פֿאַרלעגנהייט און אונדז
ניט מאַכן בעסער אויסלײַדן די צרות,
וואָס דאָ מיר האָבן, איידער פֿליִען צו
די אַנדערע, וואָס אומבאַקאַנט אונדז זײַנען?
אַזוי מחשבֿות מאַכן אונדז פּחדנים,
אַזוי ווערט דער אַנטשלאָסנקייטס קאָליר
בלאַס, ווי די בלייכע פֿאַרבן פֿון געדאַנק,
און אונטערנעמונגען, וואָס זײַנען פֿול
מיט וויכטיקע, דערהויבענע כּוונות,
די שטראָמען זייערע באַלד אויף אַ זײַט
פֿאַרקערעווען, פֿאַרלירנדיק די ווערט
פֿון טאַט.

שאָטאַ רוסטאַוועלי


אַן אויסצוג פֿון דער פּאָעמע „דער גיבור אין אַ טיגער-פֿעל

אַווטאַנדילס תּפֿילה


טוט ער תּפֿילה מיט התלהבֿות: „אָ, רבונא-דעלמא-כּולא,
הערשער אונדזערער, וואָס גיסט אונדז לויט דײַן ווילן גוטס און פּײַן,
וואָס מען קען דיך ניט דערקענען, ניט באַשרײַבן און ניט מאָלן!
מײַנע לײַדנשאַפֿטן הייסע גיב מיר כּוחות גובֿר זײַן!
גאָט, איך בעט דיך, וואָס געוועלטיקסט פֿון דער ערד ביז סאַמע הייכן,
דיך, וואָס האָסט באַשאַפֿן ליבע, אירע כּללים אײַנגעפֿירט!
פֿון מײַן זון מע האָט צעשיידט מיך, אין מײַן האַרץ — אַזאַ מהפּכה…
אָ, פֿאַרוואָרצל ניט די ליבע, וואָס זי האָט געפֿלאַנצט פֿאַר מיר.
גאָט, חוץ דיר, איך האָב ניט קיינעם, און איך גיי וווּהין דו ווײַזסט מיר.
וויפֿל וועגן כ׳זאָל ניט דורכגיין, בעט איך תּמיד הילף בײַ דיר.
אָ, באַשיץ מיך פֿון די שׂונאים, פֿון ים-שטורעם, בייזע גײַסטער.
וועל איך ברענגען דיר קרבנות, כ׳וועל דיר דינען אָן אַ שיעור”.
אויף זײַן פֿערד איז ער אַרויף דאַן — און אַוועק אַדורך דעם טויער.
שערידאַן איז דאָרט געבליבן און האָט שטאַרק געוויינט פֿון צער,
זיך אין ברוסט ביז בלוט געשלאָגן אין זײַן ווייטיקדיקן טרויער.
ווי קאָן פֿריידיק זײַן אַ דינער, ווען ער קאָן ניט זען זײַן האַר!

וולאַדימיר וויסאָצקי


באַלאַדע וועגן קאַמף


צווישן ליכטלעך פֿאַרוויינטע און תּפֿילות בײַ נאַכט,
צווישן שײַטערס פֿון שלום, טראָפֿעען פֿון קריג,
קינדער האָבן געלעבט און געחלומט פֿון שלאַכט
און פֿון איבער אַן אמתן שׂונא אַ זיג.
עס פֿאַרדריסט תּמיד קינדער, וואָס קליין זײַנען זיי,
און מיר האָבן זיך ביטער געשלאָגן ביז וויי,
האָבן מאַמעס פֿאַרנייט די מלבושים, און מיר
האָבן ביכער געלייענט מיט דאָרשט אָן אַ שיעור.

האָבן האָר אונדז צו שטערנס פֿאַרשוויצטע געקלעפּט,
און גענאָגט האָט עס אונטערן „לעפֿעלע‟ זיס,
און דער ריח פֿון קאַמף האָט פֿאַרדרייט אונדז די קעפּ,
און געמאַכט האָט ער יעדערן תּיכּף אַ ריז.
האָבן מיר ניט געהערט נאָך קיין פֿײַף פֿון אַ קויל,
ווי אַ רוף האָט געקלונגען פֿאַר אונדז אַ געהויל,
און מיר האָבן באַמיט זיך באַנעמען דעם תּוך
פֿון באַפֿעלן, אַטאַקעס, פֿון פֿײַער און רויך.

אין די קעסלען פֿון שלאַכטן און קאַמף פֿון אַמאָל
איז פֿאַר אונדזערע מוחות געבליבן שפּײַז הײַנט.
אין די שפּילן מיר האָבן געגעבן די ראָל
פֿון פֿאַררעטערס, פּחדנים צו אונדזערע פֿײַנט.
נאָך גזלנים מיר האָבן זיך שנעל נאָכגעיאָגט,
שענסטע פֿרויען ליב האָבן מיט ברען צוגעזאָגט,
פֿרײַנד און שכנים געטרייסט און באַרויִקט אויף גיך
און די ראָלן פֿון העלדן גענומען פֿאַר זיך.

נאָר אויף אייביק אַוועקגיין אין טרוים טאָר מען ניט.
קוק: אַרום איז אַזוי פֿיל יסורים און וויי!
גיי, די דלאָניעס פֿון טויטע צענעם, ווער ניט מיד
און נעם אָפּ פֿון די העלדישע הענט דאָס געווער.
פֿעסט באַשליס: ביסט אַ פּחדן צי גורל האָט דיך
אויסדערוויילט, דו זאָלסט קעמפֿן מיט חושך פֿאַר ליכט.
נעם אַ וואַרעמע שווערד און כּלי־זין טו אָן —
און פֿאַר אמת אין קאַמף שטעל דײַן לעבן אין קאָן!

ווען דײַן חבֿר וועט פֿאַלן פֿון וווּנדן לעם דיר,
פֿון דײַן ערשטער אַבֿדה וועסט הוילן אין צער,
און וועט ברענען בײַ דיר יעדער נערוו אָן אַ שיעור,
וועסט ניט קאָנען דאַן אויסהאַלטן אָט דעם קאָשמאַר,
וועסט פֿאַרשטיין: האָסט דערפֿילט מיט דײַן אייגענער הויט,
פֿײַנט באַקומען אויף שטענדיק דעם פּרצוף פֿון טויט!
שלעכטס און שקר — אָ קוק, זייער צורה איז גראָב!
הינטער זיי — תּמיד טרונעס, אַ ראָב נאָך אַ ראָב.

אויב דו האָסט פֿלייש פֿון מעסער געטאָן ניט קיין ביס,
אויב מיט הענט מיט פֿאַרלייגטע געזעסן דו ביסט,
האָסט קיין קאַמף ניט געפֿירט מיט אַ רצחן, אַ קאַט —
הייסט עס, קיין ווירדיק לעבן דו האָסט ניט געהאַט!
אויב מיט טרערן אין האַלדז, אין געראַנגל דו האָסט
דורכגעהאַקט דרייסט דעם וועג דײַנעם דורך וויי און ווינד
און פֿאַרזוכט דאָרט פֿון טויט און פֿון לעבן דעם קאָסט —
האָסטו נייטיקע ביכער געלייענט אַלס קינד.