יואל מאַטוועיעוו: ביאָגראַפֿיע
יואל מאַטוועיעוו איז אַ ייִדישער פּאָעט, שרײַבער, זשורנאַליסט און איבערזעצער, וואָס וווינט אין פּעטערבורג.

יואל מאַטוועיעוו
אַ געבוירענער אין 1976 אין לענינגראַד, האָט ער אויסגעלערנט ייִדיש אין זײַנע מיטלשול־יאָרן. אינעם סוף פֿון די 1990ער יאָרן זיך באַזעצט אין די חסידישע ראַיאָנען פֿון לאָנדאָן, דערנאָך פֿון יאָרק־יאָרק, וווּ דער עולם רעדט טאָג־טעגלעך אויף ייִדיש, און געלערנט אין ייִדיש־שפּראַכיקע ישיבֿות. אין 2002 האָט ער אָנגעהויבן אַרבעטן ווי אַ רעדאַקציע־מיטגליד אין דער ניו־יאָרקער ייִדישער צײַטונג "פֿאָרווערטס", וווּ ער האָט כּסדר פּובליקירט אַרטיקלען, איבערגעזעצט פֿון אַ ריי שפּראַכן נײַעס אויף ייִדיש, געפֿירט וועכנטלעכע רובריקן אויף רעליגיעזע און פּאָפּולער־וויסנשאַפֿטלעכע טעמעס. אין 2017 האָט ער זיך אומגעקערט קיין רוסלאַנד. זײַנע ווערק ווערן אָפֿט פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן".
מאַטוועיעוו שרײַבט אויף ייִדיש, רוסיש און ענגליש. ער קען אויך עספּעראַנטאָ, לשון־קודש און לשון־תּרגום, גוט באַקאַנט מיט אירלענדיש, פּערסיש, פֿראַנצויזיש און אַ ריי אַנדערע שפּראַכן. אָנהייבנדיק פֿון 2002 זענען זײַנע לידער און פּאָעטישע איבערזעצונגען דערשינען אין אַ צאָל אַמעריקאַנער, רוסלענדישע און ארץ־ישׂראלדיקע אויסגאַבעס. ער האָט איבערגעזעצט אויף ייִדיש אַזעלכע פּאָעטן, ווי אָסיפּ מאַנדעלשטאַם, וויליאַם באַטלער יעיטס און טאָמאַס ווענצלאָוואַ, ווי אויך אַ סך סאָוועטישע עסטראַדע־לידער, וואָס אַ צאָל פֿון זיי האָט מען געשפּילט אין זײַן ייִדישער איבערזעצונג אויף טעלעוויזיע.
אין 2006 האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן פֿאַנטאַסטישע ווערק. זינט דעמאָלט האָט ער אָנגעשריבן אַ סך ווערק אינעם דאָזיקן זשאַנער, אַרײַנגערעכנט דערציילונגען, טעאַטער־פּיעסעס און אַ קורצן ראָמאַן.