יעווגעני פֿיקס: קורצע ביאָגראַפֿיע
יעווגעני פֿיקס איז אַ קינסטלער און אָרגאַניזאַטאָר פֿון אויסשטעלונגען, וועלכער האָט געשאַפֿן דעם קאָנצעפּט "ייִדיש־קאָסמאָס" און אָנגעשריבן אַ קינסטלערישן מאַניפֿעסט וועגן דער הײַנטצײַטיקער ייִדיש־קונסט. געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1972 אין מאָסקווע, וווינט און אַרבעט אין ניו־יאָרק זינט 1994.

יעווגעני פֿיקס
אַ סך פֿון זײַנע פּערפֿאָרמאַנסן און קונסט־פּראָיעקטן האָט פֿיקס געווידמעט די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן די לענדער פֿונעם געוועזענעם מיזרח־בלאָק און דעם מערבֿ נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ווי אויך דער געשיכטע פֿון לינקע פּאָליטישע באַוועגונען. אין 2008 האָט ער אַרויסגעגעבן דעם "קאָמוניסטישן וועגווײַזער איבער ניו־יאָרק", וואָס דערציילט וועגן פֿאַרשיידענע ניו־יאָרקער בנינים און ערטער, וואָס האָבן אַ שײַכות צו אָרטיקע קאָמוניסטישע אָרגאַניזאַציעס.
אין די פֿריִיִקע 1980ער יאָרן האָט זיך פֿיקס פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדיש, וואָס ער האָט ער קינדווײַז אָן געהערט, און געבעטן בײַ זײַן באָבען, זי זאָל אים באַקענען מיט איר מאַמע־לשון. שפּעטער, וווינענדיק אין אַמעריקע, האָט ער געשאַפֿן זײַן אייגענעם קאָנצעפּט פֿון ייִדיש ווי אַ "קאָסמישע" שפּראַך, מסוגל צו באַהעפֿטן דעם הימל מיט דער ערד, דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן און אַ פֿאַנטאַסטישע אוטאָפּיע, די ייִדישע און גלאָבאַלע קולטור. אין 2018 איז זײַן אויסשטעלונג "ייִדיש־קאָמסאָס" צום ערשטן מאָל פֿאָרגעקומען אין ניו־יאָרק און שפּעטער – אין זײַן היימשטאָט, מאָסקווע.
אין זײַן קינסטלערישן מאַניפֿעסט, באַטראַכט פֿיקס די שטײַגנדיקע פּאָפּולאַריטעט פֿון ייִדיש צווישן דעם יונגן דור קינסטלער, שרײַבער און וויסנשאַפֿטלער, דאָס באַזונדערע אָרט, וואָס די שפּראַך פֿאַרנעמט אין דער הײַנטיקער אַוואַנגאַרד־קונסט. צווישן אַנדערע בײַשפּילן, דערמאָנט ער די ווערק פֿונעם אַפֿראָ־אַמעריקאַנער ייִדישיסט ענטאָני ראַסעל און די ייִדישע איבערזעצונג פֿון "וואַרטן אויף גאָדאָ" – די פּיעסע פֿונעם אירלענדישן קלאַסיקער סעמועל בעקעט. דער קינסטלער שטרײַכט אונטער די אוניקאַלקייט פֿון דער ייִדישער קולטור ווי אַ בריק, וואָס קאָן פֿאַראייניקטן די טראַדיציאָנעלע עטנישקייט מיט אוניווערסאַלע מענטשלעכע אידעאַלן, דעם עבֿר מיטן הײַנט און דעם "קאָסמישן" עתיד.
אין 2022 האָט זיך אויף דער באַרימטער ווענעציאַנער ביענאַלע, איינער פֿון די גרעסטע אינטערנאַציאָנאַלע קונסט־אויסשטעלונגען, געעפֿנט דער פּאַוויליאָן "ייִדישלאַנד". זײַנע קוראַטאָרן זענען יעווגעני פֿיקס און מאַריאַ ווייץ.