אַ וויכטיקער בײַטראָג אין ייִדישער עטנאָגראַפֿיע
אין 1940 האָט יהושע פּולנער אָנגעהויבן אַרבעטן איבער אַ דאָקטאָראַט־טעזע אויף דער טעמע "חתונה־מנהגים בײַ ייִדן". ער האָט צונויפֿגעזאַמלט מאַטעריאַלן פֿאַר טעזע און אָנגעשריבן איר טעקסט, אָבער ניט באַוויזן אפֿילו אָפּרעדאַגירן דעם דאָזיקן טעקסט, ווי געהעריק איז. עס האָט זיך אָנגעהויבן די מלחמה. יהושע פּולנער איז געבליבן אין באַלאַגערטן לענינגראַד, זענענדיק ממשיך אַרבעטן אינעם מוזיי. אין 1942 איז ער געשטאָרבן פֿון הונגער.
איצט, 80 יאָר נאָכן טויט פֿונעם פֿאָרשער, איז זײַן דאָקטאָראַט־טעזע סוף־כּל־סוף אַרויסגעגעבן געוואָרן דורכן מאָסקווער ייִדישן מוזיי און טאָלעראַנץ־צענטער בשותּפֿות מיטן באָסטאָנער וויסנשאַפֿטלעכן פֿאַרלאַג "ביבליאָראָסיקאַ". כּדי אָט דאָס בוך זאָל דערשײַנען, האָט מען געמוזט דורכצופֿירן אַ גרויסע טעכנישע און רעדאַקטאָרישע אַרבעט. אין איר האָבן גענומען אַן אָנטייל ליודמילע אוריצקאַיאַ, סוועטלאַנאַ אַמאָסאָוואַ, יעווגעניע כאַזדאַן, אַריה אָלמאַן, יעליזאַוועטאַ דאָמניקאָוואַ, דבֿורה יאַלען, אַלעקסאַנדרע גלעבאָווסקאַיאַ, אלע סאָקאָלאָווע, טאַטיאַנאַ ראַזומאָוואַ, וואַלענטינאַ פֿעדטשענקאָ, אַלכּסנדר לוואָוו, יעלענאַ סידאָראָוואַ. אַלס רעדאַקטאָר-צונויפֿשטעלער פֿון דעם דאָזיקן סאָלידן (608 זײַטן) באַנד, וועלכער שליסט אין זיך אײַן, חוץ עצם דעם טעקסט פֿון יהושע פּולנערס דאָקטאָראַט־טעזע און טעקסטן פֿון פֿאַרשריבענע דורך אים ייִדישע חתונה־לידער – אין אָריגינאַל און אין רוסישער איבערזעצונג, אויך אויספֿירלעכע וויסנשאַפֿטלעכע קאָמענטאַרן, איז אַרויסגעטראָטן דער פּראָפֿעסאָר פֿונעם אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט אין פּעטערבורג וואַלערי דימשיץ.